לדלג לתוכן

ראחוב

פֿון װיקיפּעדיע
ראחוב
Рáхів
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע

ראחוב (אוקראיניש: Рáхів; רוסיניש: Рахово; רוסיש: Ра́хов; אונגאַריש: Rahó דײַטש: Rachiw) איז א שטעטל אין אוקראינע.

די אנגענומענע מיינונג היינט איז אז ראחוב איז געגרינדעט געווארן אלס דערפל אום 1744 דורך באזעצער פון גאליציע.

אום 1896 האט דאס דערפל באקומען סטאטוס פון א שטאט. אום 1920, נאך די ערשטע וועלט קריג, איז ראחוב געווארן א טייל פון טשעכעסלאוואקיע און איז פארוואנדלט געווארן אין א טוריזים ארט.

אין די הויכע דרייסיגער'ס פונעם 20'סטן יאר-הונדערט איז די שטאט אנעקסירט געווארן צו אונגארן.

אום אקטאבער 1944, ביי דער 2טע וועלטס קריג איז זי באפרייט געווארן דורך סאוויעטישע קרעפטן. א יאר דערויף איז זי אנעקסירט געווארן צו די אוקראינער סאוויעטיש סאציאליסטישע רעפובליק.

אום 1991, מיט די צוזאמפאל פונעם סאוויעטישן פארבאנד, איז ראחוב געווארן טייל פון דער זעלבסשטענדיגער אוקראינע.

אין די צענזוס פון יאר 2001 האבן געוואינט אין די שטאט ארום 15,000 איינוואינער, פון זיי 83.8% אוקראינער, 11.6% אונגערישע, 3.2% ראמענער און 0.8% רוסן.

אין ראחוב איז געווען א גרויסע אידישע קהילה, וואו עס האבן פארפיגט א צאל רבי'ס, דער ראחובער רב איז געווען הרב ישראל חיים פרידמאן מחבר פונעם ספר לקוטי מהרי"ח.