אברהם פינטער
געבורט |
1949 לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך |
---|---|
טויט |
13 אפריל 2020 (אלט 71 בערך) לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך |
מדינה | פאראייניגטע קעניגרייך |
קבורה ארט | לאנדאן |
פאך | רב |
הרב אברהם יהושע העשיל פינטער (תש"ט בערך — כ׳ ניסן תש"פ) איז געווען דער מנהל פון דער יסודי התורה מיטלשולע פֿאַר מיידלעך אין סטאַמפֿאָרד היל, און אַ חשובער עסקן אין דער סטאמפארד היל חרדישער קהילה. ער איז אָפֿטמאָל געבעטן פון דער נאַציאָנאַלע מעדיע איבערגעבן די מיינונג פון חרדישע אידן. ער איז געווען אויך אַ מיטגליד אין דער לאָנדאָנער באָראָ פון העקני ראַט, מטעם דער לייבאָר פּאַרטיי.
אברהם פינטער איז דער צווייטער זון פון הרב שמואל שמעלקע פינטער, מנהל פון די יסודי התורה שולעס אין לאָנדאָן קרוב צו 50 יאָר, און רב פון דעם ישועות חיים בית המדרש.
אברהם פינטער האָט געהייראַט חיה גיטל רחל בעק (תש"ז - י"א אדר ב' תשע"ד), א טאָכטער פון רבי משה יעקב בעק, דער אפשער רב.
הרב פּינטער איז געווען אַ קוראַטאָר פון דער התאחדות קהלות החרדים אין לאָנדאָן.
ער איז נפטר געוואָרן חול המועד פסח תש"פ פון דער קאָוויד-19 מגיפה.