יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
ניקאלשבורגער רבי
ברכת אילנות חוהמפ"ס תשס"ג

הר"ר יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש איז דער ניקאלשבורגער רבי פון מאנסי, באקאנט מיט זיינע פייערדיגע שלוש סעודות תורות.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

הרב יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש איז א זון פון זיין פאטער רבי ברוך יהודה לעבאוויטש (תרס"ח - תשי"א), אן איידעם פון רבי שרגא שמואל שניצלער (תרמ"ט - כ"ז תשרי תש"ם), טשאבער רב אין ירושלים,[1] און זיין מוטער יענטל. ער איז געוועזן א תלמיד אין דער סאטמארער ישיבה. ער האט אנגעהויבן פירן א חבורה פון ערליכע בחורים ווי מען איז זיך צוזאמען געקומען יעדע שטיק צייט זיך מחזק צו זיין אין עבודת השם.[2]

במשך א צייט בעיקר נאכן רביה"ק מסאטמאר זי"ע הסתלקות האט מען אים אויפגענומען אלס רבי, און אזוי ווי ער איז אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' שמעלקא פון ניקלשבורג האט דאס חסידות באקומען דעם נאמען ניקלשבורג.

ניקאלשבורג היינט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דאס ניקאלשבורגער חסידות איז היינט פלאצירט אין דער שטאט מאנסי ווי זיי האבן געבויעט א שיינעם בית המדרש און ווי אויך אויף געשטעלט א ישיבה גדולה, און א ישיבה קטנה, און ווי אויך האבן זיי איבערגענומען די מיידל שולע בת מלך וואס ווערט היינט געפירט דורכן ניקלשבורגער רבי'ן.

דער ניקאלשבורגער רבי האט א נאמען פון א שטארקן צוגעלאזטן איד, מיט וועם מ'קען זיך דורך רעדן כל ערליי ענינים ברוחניות ובגשמיות, אסאך יידן קלאפן אן טעגלעך ביי אים אין שטוב צו הערן א עצה והדרכה, צו זאל עס זיין שלום בית, געזונט און פרנסה.

זיין געגנווארט איז געשמאק, ווייל ער האט אלע כשרונות וואס א איד קען זיך נאר ווינטשן, ער איז א הערליכער בעל תפילה, ווי אויך א געוואלגדיגן כח הדרוש, און א שמועס מיט אים איז מחי' נפשות. ועל כולם א חסידישער עולם איז זיין קרייז, ער האט איבערגעדרוקט ספרים ווי נתיב מצוותיך מיט זיינע הגהות און ער האט ביי זיך הונדערטער כתבי ידות פון זיינע חידושים.

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון אוהעלער רבי'ן און געצויגן קיין מאנסי. היינט צוטאג איז דער ניקאלשבורגער רבי פארעכנט פון די חשוב'סטע און ווארעמסטע רבי'ס אין ניו יארק, א ניקלשבורגער חסיד ווערט ארויף געקוקט און רעספעקטירט.

עס קומט ארויס א גליון ניקאלשבורג וואס ווערט פארקויפט אין די געשעפטן וואס האט אין זיך באשרייבונגען פון דעם חסידות ניקאלשבורג אלע געשעענישען וואס עס טוט זיך אין די חסידות ווערט דארט אראפ געלייגט מיט קאלירטע בילדער פון די אלע מאורעות.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מוצש"ק ביים טיילן קנאבל
בית המדרש ברכת יוסף ניקלשבורג



וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]