לדלג לתוכן

רעדן:יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

מעכיל אדער מעכל אדער מיכל?

זיין נאמען איז מעכיל נישט מיכל.--יודל 03:16, 27 פֿעברואַר 2006 (UTC)[ענטפֿער]

פארוואס דינגט מען זיך אויף אזעלכע שטותים מיכל צו מעכיל, וואס איז דער אונטערשייד? ►רוני◄

סתם שטותים וואס האט נישט קיין מקור דארף מען נישט שרייבען--שמערל 22:32, 11 סעפטעמבער 2006 (UTC)

קוק אריין אין זיינע ספרים אגרות יחיאל, מיט דברי יוסף, וועסטו זעהן זיין נאמען --71.247.123.191 16:46, 12 סעפטעמבער 2006 (UTC)

  • די האסט מיך נישט גיט פארשטאנען, איך האב דאס געשריבען ווייל איינער האט סתם וואנדאלזירט מיט שטותים וואס האט נישט קיין שום מקור אחוץ פון אברהם לויפער.--שמערל 17:37, 12 סעפטעמבער 2006 (UTC)

ישר כח --71.247.98.246 18:18, 12 סעפטעמבער 2006 (UTC)

ער איז באקאנט אלס מעכל נישט מיט זיין לאנגען נאמען--Chaim Shel 16:37, 8 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אראפגענומען סיבה פון צוריקגיין צו אים

כ'האב געמעקט וואס איך האב געמעקט ווייל דאס אז זיי האבן געמיינט פרעזענליכע סיבות האט קיין שייכות מיט דאס צורוקומען, עס איז מער ווייל מען האט פארגעסן, די טעראר האט זיך שוין גענענדיקט איבער 15 יאר צוריק. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:36, 27 באוגוסט 2006 (UTC)

וואס איז מיט זיי אזוי קאנטראווערסיאל?

איך מעק נישט, איך פאראנדערש נישט. אבער איך פארשטיי נישט פארוואס דאס ניקלשבורגער חסידות האט זוכה געווען אריינצוגיין אין דער "קאנטראוועסיע" קאטאגאריע. אמת, די דאזיגע געמיינדע איז געשטאנען א צייט אין צענטער פון א מחלוקה; אבער אי משום הא איז דאס זעלבע חל אויף א צאל אנדערע קרייזן און קרייזלעך. --בן-עמי 21:37, 27 באוגוסט 2006 (UTC)

איך האב עס אראפגענומען, אויב איינער האלט פארקערט זאל ער לייגען נאך חסידישע הויפען אויף די קאטאגאריע.--שמערל 22:01, 27 באוגוסט 2006 (UTC)


גניבה תשל"ו

האסט עפעס א מקור אויף די פאלגענדע?

  1. עס איז געווען כתבי ידות
  2. מען האט דאס געגענבט
  3. אברהם לויפער איז געווען די גנב

עס איז געווען א הערליך ארטיקל מיט אן אמתע NPOV, יעקב האט דאס פארהרגט עס קוקט יעצט מער אויס ווי מען וויל דא בויען ניקלושבורג. איך וויל הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן וועגן דעם.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 21:24, 14 סעפטעמבער 2006 (UTC)

גוט געפרעגט!!! בחורים פון .. האט מען באצאלט געלד, און געגבן פאר זיי קלארע אינפארמאציע, ווי עס געפינט זיך די גניבה, זיי זענען געווען ביי 2:00 אזייגער י"ז בתמוז תשמ"ו מיט די גניבה צוריק אין די הענט, 4 Heavy duty garbage bags

און מענטשען האבען איבערגענומען פון זיי די כתבי ידות, עס איז א באקאנטע זאך, שטעל אפ סיי וועלכן ניקלשבורגער וועט ער דיר פארציילן, זאג אריין א מעסעדזש אין האט ליין, וועט ער דיר צוריק ענטפערן פערזענליך.

ג'גנב'ט האט עס .. [איך וויל נישט שרייבן דא אין פאבליק בלי תועלת] וואס איך קען דיר פרעזענליך ענטפערן ווער, און אז אברהם לויפער האט עס אפגעקויפט, דאס ווייסט מען אויך, והא ראי', מ'האט דאך פון אים צוריק א חלק פון די גניבה, זיין ברודער ר"י האט נאך בשנת תשס"ד מוסיף געווען נאך א באקס כתבי ידות, וואס ער האט ארויס באקומען אים.

מיר איז נישט וויכטיג, די גאנצע זאך זאל שטיין, נאר דער שרייבער המכונה געוואלד, האט געשריבן געפערליכע דיטעילס, איך בהאב זיך נישט געוואלט טענה'ן, איך האב אים געבעטען ער זאל סקיפן וואס איז נישט וויכטיג, ער האט מיר אבער גארנישט געענטפערט, האב איך עס געטוישט מיט א אנדערע אינטערסאנטע נייעס, איך בין מסכים זאלסט עס אויסמעקען, אבער פועל ביי "געוואלד" ער זאל נישט שרייבן יענץ, ויישר כח למפרע --יעקב 22:02, 14 סעפטעמבער 2006 (UTC)

דאן לייג איך דאס צוריק צו פאר די גאנצע געטוישעכטס.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:17, 14 סעפטעמבער 2006 (UTC)

כ'האב פארראכטן

כ'האב פארראכטן און פרובירט צו האלטן די NPOV ווי ווייט מעגליך - פאר די וואס ווייסען נישט NPOV מיינט Neutral point of view - אויב האלט איינער אז עס קען פארבעסרט ווערן, ביטע דאס טאן, אבער ביטע פרובירן צו האלטן די NPOV אויף ווי ווייט מעגליך. א דאנק.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:28, 14 סעפטעמבער 2006 (UTC)

פארוואס האסטו געטוישט די נאמען ניקלשבורג, אויפן פערזענליכן נאמען --יעקב 22:33, 14 סעפטעמבער 2006 (UTC)

עס האט געהאט כמעט די זעלבע איבערגעחזרטע אינפערמאציע, כ'האב די איינע זאך וועגן די האט ליין צוגעלייגט צו די יעצטיגע ארטיקל און רידיירעקטעד ניקלשבורג אהער. אדרבה אז דו האסט א סבה פארוואס זאל זיין צוויי וואס חזרן איבער די זעלבע, לאז מיר וויסן. א דאנק.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:39, 14 סעפטעמבער 2006 (UTC)
וואס ביסטו אזוי בייז וואס איך האב געשריבן? דאס איז דברים כהוויתן, איך פערזענליך בין א שטארקע סימפאטיקער פון ניקלשבורגער רבי'ן, און איך זעה נישט וואס די תועלת איז צו אויסבאהאלטן אזאך וואס האט זיך אפגעשפילט פאר די גאנצע וועלט פאר יארן לאנג, ס'איז נישט עפעס אן עוולה מצד דעם רבי'ן, אז איינער מאכט מיט צרות איז עס נאך נישט קיין עבירה, איבערהויפט אז ער האט געמאכט אזא הערליכע COME BACK--געוואלד 02:24, 15 סעפטעמבער 2006 (UTC)

לכבוד הר"ר געוואלד, איך בין בכלל נישט בייז, נאר עס איבלט יענע פינסטערע עפאכע, איך ווייס נישט וועם דו וועסט מהנה זיין מיט דאס שרייבן, א.ל. ודוגמתו פרייט זיך אז כאשט א געוויסע צייט איז אים געלינגען צו גיסן ימ'ן אידיש בלוט, והא ראי' ר' געוואלד באשטעטיגט עס, - ווייטער די וואס זענען בשוגג נמשך געווארען, און היינט טראכטן זיי שוין אנדערש, זיי שעמען זיך דערמיט, - ווייטער ניקלשבורגער חסידים, פרייען זיך אודאי נישט צו די פינסטערע שילדערונג, - יא! עס איז א מוסר השכל פאר שופכי דמים, אז די וועג האט קיינמאל נישט מצליח געווען, און וועט קיינמאל נישט מצליח זיין, - אבער די מעשה איז נאך נישט גענדיגט, די פארזעצונג זאגט נאך, קומענדיגע וכו' אי"ה, 1) די כתבים ליגט נאך ביי אברהם לויפער, ער גיט ארויס צפנת פענח, חידושים על מס' סנהדרין, - פרעג די וואס האבען געלערנט מיט אים אין חדר, ישיבה, כולל, אויב ער איז מסוגל צו זיין דער מחבר פאר די ספרים, עס איז קלאר רוב רובו פון די גניבה, נאר וואס דען נילקשוברגער רבי איז א סבלן, - דער חפץ חיים שרייבט אז ער האט געווארט 30 יאהר, און א שופך דמים האט זיך נאך געדרייט און געלאכט, דער חפץ חיים האט נישט געקענט פארשטיין, אין די תורה שטייט דאך וחרה אפי וגו'. קוק נאך אין ח"ח פ' תרומה די סוף פון די מעשה

ממילא איז בעסער דערווייל, שרייב נישט די מעשים תעתועים, קיינער פרייט זיך נישט, בברכת כוח"ט, מ'דארף שוין באלד אויפשטיין צו סליחות --יעקב 02:51, 15 סעפטעמבער 2006 (UTC)


פאר יודל

מיין טוישען האט געהאט איין סיבה: אז מ'זאל זעין פון אויבן די ווערטער אז נדברו וואס ווערט אריבערגעפירט צו ניקלשבורג איך האלט אז ס'האט אויסגעפעלט און פארן נישט שרייבן הגה"צ האב איך געשריבען פונקט ווי ס'שטייט ביי אנדערע גדולים סאטמאר אדער גור מיט פארשטענדעניש--נחום ראזענבערג 17:48, 28 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]


און נאך אלעם אפאהר הערות ניקלשבורג איז א שטעטל און טשעכיי ווי ר' שמעלקא ניקלשבורגער און ר'מרדכי בנעהט זענען געוועהן רבנים ס'האט אינטער זיך 3 ארטיקלען 1} ר' שמעלקא ניקלשבורגער 2} ר'מרדכי בנעהט 3} שטעטל ניקלשבורג ממילא ווען איינער האט איבעריג צייט מעג מען עס יא צוטיילן, און איך מיין וועגען יעקב וואס ער טענהעט אז ס'איבלט יענע פינסטערע עפאכע, די שואה איז די זעלבע זאך אפילו ס'איבלט אבער כדי ס'זאל זיך נישט איבער חזר'ן מעג מען אביסעל אויסברייטערן די נושא ווי וייט מעגליך--נחום ראזענבערג 18:02, 28 דעצעמבער 2006 (UTC)[ענטפֿער]

לכבוד רוני, די באשרייבונג וועגן ניקלשבורג, שטייט שוין איו וויקי, עטליכע יאהר, - איז מיר א אוואונדער אז א נייער שרייבער, וואס קומט זיכער פון א געוויסע סעקטע, האט צוגעלייגט א ליגנט, - איז דאס טאקע די ציל פון וויקי, אז יעדער זאל קענען שרייבן ליגנט אויף מענטשן וואס זענען נישט פון זיין סעקטע?????, עס איז נישט מענטשליך, נישט שרייבעריש, נישט א זאך וואס קען האבען א קיום, צו שרייבן ליגנט אויף א צווייטן, ווייל אזוי שטייט "שפת אמת תיכון לעד, ושקר אין לו רגלים", - ווער עס האט זיך געקריגט אויף ניקלשוברג, איז אמת, און אלע האבען זיך איבערגעבעטן, - דאס צולייגן ר' עזריאל גליק, איז א שקר מעיקרו, און ביטע נישט פאשענען דעם עולם מיט שקר. --162.83.179.122 16:36, 1 נאוועמבער 2007 (UTC)

דער ארטיקעל וויאזוי עס איז יעצט איז עס געשריבן זייער משוגע און איינזייטיג, איך געה עס פארעכטען וויאזוי איך האלט עס קומט--יודישער שרייבער 17:37, 1 נאוועמבער 2007 (UTC)


מיט דער רעקאמאדאציע און פולע שטיצע פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע:ֿ, דאס איז נישט אמת, סאטמאר רב רבי יואל האט קיינמאל נישט געגעבן א שטיצע אז ר' מיכל זאל זיין א רבי אדער א ראש חבורה.--יודישער שרייבער 18:30, 21 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

קעפל נאמען באלאנגט קורץ ווי באקאנט

מער באקאנט אלס מעכל ווי דער לאנגער נאמען מיר שרייבן געווענליך נישט קיין לאנגע נמעען אין קעפל אויב רופט מען דעם מענטש ביי איין קורצערער נאמען א דאנק--Chaim Shel 16:05, 7 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אדרבא, מער באקאנט אלס ניקאלשבורגער רבי. --פוילישער 21:30, 7 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]
דאס איז שוין א כלל אז מ'שרייבט נישט קיין רעביס לויט זייער אמט ווי למשל מע'שרייבט נשיט ערשטער גער רבי אדער צווייטער גור'ע רבי. סא ניקלסבורגער רבי איז נישט אין באטראכט בלייבט איבער זיין נאמען איז וואסערע נאמען מער באקאנט? מעכל נישט דער לאנגער מגילה וואס פאסט נישט פאר קיין קעפל.--Chaim Shel 16:40, 8 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אוימעקן דעם גאנצן בלאט

אויסמעקן דעם גאנצן בלאט איז וואנדאליזם. אז מען וועט נישט אויפהערן אויסמעקן דעם בלאט וועט מען דארפן אים באשיצן. --פוילישער 14:42, 23 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

שוין ווידער מיט ליצנות, דא טוט זיך א גאנצער שמועס צו מ'זאל לאזן דעם לאנגן נאמען אדער צוריקשטעלן צום קורצן נאמען וואס ער איז באקאנט, מעכל אליין'ס. קומט דער ניק פוילישער און מאכט אז מ'זאל נישט קענען באוועגן דעם בלאט. און דערנאך זאגט ער נאך אז טאמער איינער מאכט דער לאנגער נאמען יוסף יחיאל מעכל פאר א רידיירעקט איז גאר א וואנדאל.... ווערטער זענען איבעריג צו באטיטולען אזא אויפיראכץ... צוריק צום ענין. דער כלל איז אז א נאמען פון א מענטש, קומט קודם אויף דעם קעפל וויאזוי מ'רופט אים וויאזוי ער איז באקאנט, אלע אנדערע נעמען קענען זיין א רידיירעקט. דאס דארף צוריקגעשטעלט ווערן לויטן סדר מנהג און פאליסי פון אלע וויקיעפדיעס. (זעה וויקיפעדיע:נאמען) אויפהערן מיט די ליצנות ביטע. א דאנק--Chaim Shel 15:02, 6 אָקטאָבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

ניקלשבורג

מען שרייבט ניקלשבורג נישט ניקאלשבורג, פוילישער פארעכט עס יהושע יוסף (רעדן) 21:58, 14 דעצעמבער 2022 (UTC)[ענטפֿער]