חנוכה שטעכעריי אין פארשעי

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די חנוכה שטעכעריי איז א שוידערליכע אנטיסעמיטישע אטאקע וואס איז פארגעקומען מוצאי שבת מקץ, א׳ טבת תש"פ (28סטן דעצעמבער, 2019), די זיבעטע נאכט חנוכה, ווען אן אפריקאנער-אמעריקאנער פארשוין האט אריינגעשטורעמט אין דעם הויז פון רבי חיים לייביש ראטענבערג, דער קאסאן פארשעי רבי, אין פארשעי גאס, מאנסי, ראקלענד קאונטי, בשעת דער רבי האט געהאלטן אינמיטן צינדן די מנורה, און ער האט זיך ווילדערהייט גענומען שטעכן די אנוועזנדע אידן מיט א גרויסן לאנגן מאשעטי מעסער.

פינף מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, צוויי פון זיי אין קריטישע צושטאנד. איינער פון זיי יוסף ניימאן, 72 יאר, וועלכער איז נפטר געווארן דריי חדשים נאך דעם אטאקע.

איין אנוועזענדער האט העלדיש באקעמפט דעם טעראריסט, און געווארפן א טיש אויף אים, און אים אזוי פארטריבן. דער אטאקירער איז דאן געלאפן צו זיין קאר און אנטלויפן, ווען דער העלדישער איד פאלגט אים נאך און האט אראפגענומען די אינפארמאציע פון זיין אויטא און לייסענס-פלעיט און עס איבערגעגעבן פאר די פאליציי.

צוויי שעה נאך דער אטאקע, ווען דער רוצח איז דורכגעפארן דעם דזשארדזש וואשינגטאן בריק, האבן די מאשינקעס אויפגעכאפט זיין לייסענס פלעיט נומערן און די ניו יארק סיטי פאליציי האט א קורצע וויילע דערנאך געטראפן דעם פארברעכער'ס אויטא אין הארלעם, וואו זיי האבן ארעסטירט דעם פארברעכער.

אין די טעג נאך די אטאקע זענען פילע פאליטיקאנטן אראפגעקומען באזוכן אין דעם שול בפרט און אין מאנסי בכלל, אויסצודרוקן סימפאטיע און מיטגעפיל. ספעציעל האט גאווערנאר ענדרו קאומא עטליכע מאל באזוכט.

דער פארברעכער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער פארברעכער, גרעפטאן טאמאס, 37 יאר, פון גרינוואוד לעיק, פארמאגט א לאנגע היסטאריע פון גייסטישע קראנקייטן, און איז דיאגנאזירט געווארן מיט סקיצאפרעניע.

אויספארשער האבן געפינען אין זיין הויז צעטלעך אויף וועלכע ער האט ארויפגעשריבן אנטיסעמיטישע מיינונגען, און פארבינדונגען צו די שווארצע היברו איזרעאלייטס.

ער איז אנגעקלאגט געווארן אין געריכט מיט פינף קלאגעס פון מארד פרואוון און נאך עטליכע קלאגעס. גרויס אנטוישונג איז אבער געווען ווען דער ריכטער האט אים דערקלערט אלס נישט גענוג גייסטיש סטאביל צו קענען דורכמאכן א געהעריגע פראצעס, און ער איז אפגעפירט געווארן צו א גייסטישע אנשטאלט.

א צווייטע אינצידענט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עטליכע וואכן בעפאר דער שטעכעריי אטאקע איז פארגעקומען א צווייטע שטעכעריי אטאקע, ווען א היימישער אינגערמאן איז עטליכע מאל דערשטאכן און שווער פארוואונדעט געווארן, זייענדיג אויף זיין וועג צו דאווענען ותיקין. דער פארברעכער איז קיינמאל נישט געכאפט געווארן. אויספארשער האבן שפעקולירט אויב דאס איז דורכגעפירט געווארן דורך דעם זעלבן פארברעכער, אבער עס איז קיינמאל נישט פעסטגעשטעלט געווארן.

דרויסנדיגע וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]