לדלג לתוכן

ראקלענד קאונטי

פֿון װיקיפּעדיע

ראקלאנד קאונטי (ענגליש: Rockland County) איז א געגנט [וואס אזא געגנט הייסט אין אמעריקע א 'קאונטי'] וואָס געפינט זיך אינעם האָדסאָן וואַלי אין ניו יארק, אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

אין ראקלענד קאונטי געפונען זיך גרויסע אידישע צענטערן, אין די שטעט ווי סאפערן, ניו סיטי, וועסלי הילס, ערמאנט, וואו ס'איז דא א ריזן אידישע באפעלקערונג. און די באקאנטע חרדישע וואוינערטער, ווי ניו סקווירא אין ספרינג וואלי, און כתר ווילעדש אין מאנסי.

די הויפטשטאט פון ראקלאנד איז ניו סיטי, וואו עס געפונען זיך די שטאטישע רעגירונג ביוראס, דאס קאונטי געריכט הויז, די פאליציי הויפט-קווארטיר און דאס גלייכן.


די שטעטלעך אין ראקלענד

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ראמאפא, האוואסטרא, אראנדזשבורג, קלארקסטאון, סטאוני פוינט