וותיקין

פֿון װיקיפּעדיע

וָתִיקִין איז א פרי זמן פון דאווענען תפילת שחרית ווען מען זאגט קריאת שמע קורץ פאר נץ החמה, מען ענדיגט ברכות קריאת שמע מיט נץ החמה, און מען הייבט אן די שמונה עשרה פונקט מיטן זון אויפֿגאנג. (אבער אין די צפונדיגע מדינות איז הנץ החמה גאנץ שפעט אין ווינטער און אפטמאל ס'איז דא מנינים וואס דאווענען שחרית פריער.)

בכדי צו קענען דאנזשן דאס, פֿירט מען זיך אין א ותיקין מנין אנצוהייבן דאס דאווענען א געוויסע צייט פאר נץ החמה. אין דער צייט טוט מען זאגן ברכות השחר, קרבנות, פסוקי דזמרה, ברכות קריאת שמע און קריאת שמע, ביז דער צייט וואס די זון גייט ארויף און מען שטעלט זיך דאווענען שמונה עשרה.

דער מקור פונעם ענין פון "ותיקין" געפינט זיך אין דער גמרא, מסכת ברכות, כ"ו, ע"א: "דאמר רבי יוחנן ותיקין היו גומרים אותה [את קריאת שמע] עם הנץ החמה, כדי שיסמוך גאולה לתפלה ונמצא מתפלל ביום".

חז"ל האבן געשעצט דאס דאזיגע דאווענען, און געזאגט (ברכות דף ט') אז ווער עס דאווענט אזוי און איז סומך גאולה צו תפילה לא ניזוק, וועט נישט ווערן געשעדיגט א גאנצן טאג.