נחום פרצאוויטש
געבורט |
1923 טראק, ליטע | |
---|---|---|
טויט |
26 נאוועמבער 1986 (אלט 63 בערך) ירושלים, ישראל | |
מדינה | ישראל | |
קבורה ארט | הר המנוחות | |
פאך | ראש ישיבה | |
אַמט | ראש ישיבה | |
רבי נחום פרצאוויטש (כ' אדר תרפ"ג - י"ח חשוון תשמ"ז) איז געווען א ראש ישיבה אין דער מירער ישיבה אין ירושלים.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי נחום פרצאוויטש איז געבוירן געווארן כ' אדר תרפ"ג אין טראקי, ליטע, צו זיין פאטער הרב אריה צבי, שטאטס רב פון טראקי. ביי די ניין יאר האט זיין פאטער אים גענומען לערנען אין דער ראמיילעס ישיבה. ביי די 12 יאר איז ער אריבער לענרנען אין דער אוהל תורה ישיבה אין באראנאוויטש ביי רבי אלחנן וואסערמאן. אין תרצ"ז ווען ער איז געווען אלט 14 יאר האט ער אנגעהויבן לערנען אין קאמעניץ ביי רבי ברוך בער לייבאוויץ.
זומער תרצ"ט איז ער געגאנגען לערנען אין מיר וואו מ'האט אים געקענט ווי דער "טראַקיער עילוי". פון דעמאלסט אן איז ער געבליבן אין דער מירער ישיבה.
ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט רבי חיים שמואלעוויטש גענומען פאר א חתן צו זיין טאכטער עטיל.
אין תש"ל איז ער געווארן קראנק, אבער ער האט ווייטער געלערנט אין בית מדרש.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיינע קינדער:
- רבי צבי פרצאוויטש, ראש ישיבה אין מיר-בראכפעלד
- רבי רפאל פרצאוויטש
- מלכה, ווייב פון רבי אשר אריאלי
- ווייב פון רבי חיים מענדל בראדסקי, ראש ישיבה פון טאראנטא ישיבה גדולה
- ווייב פון רבי יצחק העלמאן