ניסן קאפלאן
הרב ניסן שלמה הכהן קאפלאן איז א רב אין ירושלים און ראש ישיבה פון דער ישיבה ״דעת אהרן״ געגרינדעט אין תשע״ח. ער איז דער מחבר פון דעם ספר ״שלמי ניסן״.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב ניסן איז געבוירן געווארן אין באלטימאר, מערילענד, פאראייניגטע שטאטן צו זיין פאטער רבי נפתלי קאפלאן, דעמאלסט א מגיד שיעור אין נר ישראל ישיבה, און צו זיין מוטער חיה.
ער האט געהייראט גיטל (נפטר געווארן כ״א מרחשון תש״פ), טאכטער פון רבי אברהם גורוויץ, דער גייטסהעדער ראש ישיבה.
ער האט געלערנט אין פאנאוועזש. שפעטער האט ער געלערנט אין מיר (ירושלים) וואו ער האט אנגעהויבן צו האלטן וועד׳ן און זאגן שיעורים. אין יאר תשע״ו איז ער געווארן דער ערשטער רב פון קהילת גבעת המבתר אין ירושלים.
אייר תשע״ח איז ער געווארן ראש ישיבה פון דער נייער ישיבה דעת אהרן.
ער איז א ברודער פון רבי אברהם קאפלאן, ראש ישיבה פון נתיב הדעת, און פון רבי חיים יצחק קאפלאן, משגיח אין דער חברונער ישיבה.