ממילא

פֿון װיקיפּעדיע
ממילא
שטאט ירושלים
גרינדונג דאטע 2007
שטח
קאארדינאטן 31°46′34″N 35°13′24″E / 31.77611667°N 35.22345556°E / 31.77611667; 35.22345556 קאארדינאטן: 31°46′34″N 35°13′24″E / 31.77611667°N 35.22345556°E / 31.77611667; 35.22345556 
מפה
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ממילא, 2011 אנעכט

מַמילאַ איז אן אלטע געגנט אין ירושלים, נאנט צו דער אלטשטאט, וואס האט אנגעהויבן אויפגעשטעלט ווערן אין די ענדע ניינצטען יאר הונדערט, ווי א געגנט אינדרויסן פון די מויערן. אין די טאל וואס איז א המשך פון גיא בן הינום, צווישן די גאסן פון דוד המלך און יפו גאס. ביז 1948, איז די באפעלקערונג פון די געגנט געווען א געמישטע, און האט געהאט אסאך קליינע געשעפטן און ארבעטער, אין יאר 1948, איידער די מלחמת השחרור האט אפציעל אויסגעבאכן, האבן די אראבער, אטאקירט די יידישע געשעפטן, זיי האבן גערויבט און געפלינדערט, און דערנאך פארברענט די געשעפטן און עטליכע הייזער.

ביז די זעקסטאגיקע מלחמה, איז די געגנט געווען צוטיילט צווישן יארדאניע, און ישראל, אויפן ישראלדיקן זייט, איז די געגנט געווען שטארק נאכגעלאזט, און געווען א געגנט פון ארעמעלייט בעיקר ספרדים, וויבאלד אסאך יארדאנישע ציל שיסער האבן זיך געפונען דארט, און עס האט זיך געמאכט גאנץ אפט אז זיי האבן געשאסן אויף מענטשן, זענען אסאך פון זיי אויך אוועק פון דארט.

נאך דער מלחמה, ווען ירושלים איז געווארן פאראייניקט, איז די געגנט געווען א צעווארפענע געגנט, נאך די שלאכטן וואס זענען פארגעקומען אין די געגנט. א וואנט וואס האט אפגעטיילט די געגנט פון אלטטאט, און געבויט געווארן דארט מיט צוואנציק יאר פריער, איז צעווארפן געווארן. און די אלטע הייזער פון די געגנט זענען צוביסלעך אומגעווארפן געווארן.

א נייער האטעל איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן פלאץ פון דעם אלטן פאסט האטעל. אין די 1970ער יארן, האט זיך אנגעהויבן דאס פריש אויפשטעלן די געגנט, עס האט געדויערט יארן, ביז ווען עס איז געקומען צו פאקט, אנגעהויבן מיט ארויס שיקן די איינוווינער, און טרעפן פאר זיי אנדערע הייזער.

טעדי קאלעק, בירגערמייסטער פון ירושלים, האט אויפגעטעלט קרתא, א געזעלשאפט וואס זיי האבן פלאנירט דאס פון פריש אויפשטעלן די געגנט, די רעגירונג האט אין די ארויסנעמען די איינוווינער פון דער געגנט, אויסגעגעבן איבער 60 מיליאן דאלער. דאס פארענדיקן דעם פראיעקט פון ארויסשיקן די איינוווינער, און צעווארפן די אלטע געביידעס, האט זיך געענדיקט 1988.

דער פראיעקט איז צעטיילט געווארן אויף פיר, אן אפענע קאמערץ צענטער, וואס האט אויך א פלאץ צו פארקירן אויטאס, און א פארק. האטעלן אויף דוד המלך גאס, א געגנט צו וווינען. נאך לאניעריקע שטרייטן צווישן די געזעלשאפטן, און די שטאטראט. די רעליגיעזע און די רעגירונג אא"וו, האט זיך די ארבעט זייער פארשלעפט. היינט איז די אלטע היסטארישע ממילא גאס אפן בלויז פאר פיסגייער, (גלייך צו בן יהודה גאס), מיט פילע געשעפטן, דער מצודת דוד האטעל געפונט זיך דארט, און עטליכע געביידעס דארפן נאך אויפגעשטעלט ווערן ווי אין זייער אלטער פארעם און ארכיטעקטור.