שכונת הבוכרים

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בית הכנסת היזדים תפארת ירושלים פון בוכארישן קווערטל

שכונת הבוכרים איז דער בוכאַרישער קוואַרטאַל אין ירושלים, געבויט אין 1894 דורך בוכאַרישע אידן. דער בוכארישער קוואַרטאַל געפונט זיך אין צפונדיקן טייל פון צענטראל ירושלים, און גרענעצט בית ישראל צו מזרח, ארזי הבירה, שמואל הנביא, נווה צבי, גוש 80 און תל ארזה פון צפון-מזרח צו מערב, און כרם אברהם און גאולה צו דרום.