לדלג לתוכן

מאראקעש

פֿון װיקיפּעדיע
מאראקעש
מדינה / טעריטאָריע מאראקא

 ‑ אין שטאָט

966,987, 1,002,697‏
מאראקש

מאַראַקעש (אַראַביש : مراكش, פּינקטלעכע טראַנסקריפּציע: מראכש, ארויסגערעדט: מאראַכאש; בערבער: ⵎⵕⵕⴰⴽⵛ, מְר'ר'אכְש; פראנצויזיש: Marrakech) איז אַ מדבר־שטאָט אין דרום-מערב מאַראָקאָ צופֿוסנס די אַטלאַס בערג . די שטאָט ציילט אַ מיליאָן באוווינער (ריכטיק פאר 2010) רובֿ פון א בערבער אָפשטאַם.

די שטאָט איז צעטיילט אין צוויי: די אַלטשטאָט און די ניישטאָט (Ville Nouvelle) אויך באקאנט ווי גיליז (Gueliz) נאָך איינער פון די קווארטאלן. די אַלטשטאָט איז באַוווסט פֿאַר אירע געסעלעך און קאליריקע מארקן.

אנדערש פון ראַבאַט, די פּאָליטישע הויפּטשטאָט און קאַסאַבלאַנקאַ, די עקאָנאָמישע הויפּטשטאָט, איז מאַראַקעש די היסטארישע און קולטור־הויפטשטאָט פון מאַראָקאָ. יעדע אוונט, ווען די זון גייט אראפ, קומען צוזאמען הונדערטע פּעדלערס, דערציילער, פעלדשער, זשאנגלירער, טענצער, פויקער, אַקטיארן, שוישפילער און אנדערע ארומגענומען מיט דיקן רויך פון די צענדליקער עסנוואַרג און גריל קיאסקן אין דעם צענטראלן פלאץ פון דער אַלטשטאָט.

די שטאָט איז געגרינדעט געווארן אין 1069 דורך יוסוף בן טאשפּין און זיין קוזין אבו באַקר בן אומאַר (ענ') פון דער מאראַביטאָן דינאסטיע, און איז געווארן די הויפטשטאט פון דער אימפעריע. די שטאָט האט זיך אנטוויקלט ווי אַ האַנדל שטאָט צווישן די בארטן שטעט פון מאראקא אויפן ברעג פונעם אַטלאַנטישן אקעאן און "שווארצע אפריקע". די שטאָט מאַראַקעש איז הונדערטער יאָר געבליבן די הויפּטשטאָט פון דער מאַראָקאַנישן קעניגרייך און ווערט דעריבער גערעכנט מאַראָקאָ אין קליינארטיק. דאס לאנד מאראקא נעמט טאקע זיין נאָמען פון דער שטאָט "מאַראַקעש".

הויף פון דער צאלאט על אזמא שול אין מאַראַקעש

אין 1393 איז אנגעקומען אין דער שטאט הרב אפרים אנקווא, און ער האט דארט געפונען אן ארגאניזירטע יידישע קהילה וואו ער האט געהאלטן דרשות.

הײַנט וווינען אין מאַראַקעש בערך 200 ייִדן. צוויי שולן זענען טעטיק אין דער שטאָט טאָג טעגלעך, סאַלאַט על-אַזמאַ ( די ״ספרדישע״ שול ) און די בית על גיליז שול.

צווישן די הויפט רבנים פון דער שטאט ווערן גערעכנט די רבנים שלמה עמאר. משה זריהאַן, מאכלוף אבוחאצירא, מרדכי קורקוס, חיים סיריראָ, משה וויזגאַן, דוד עובדיה, יהושע מאמאן.