לדלג לתוכן

טוניסיע

פֿון װיקיפּעדיע
רעפובליק פון טוניסיע
פאן טוניסיע
פאן טוניסיע
סימבאָל טוניסיע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: הומאט אל הימא
אָרט פֿון טוניסיע
אָרט פֿון טוניסיע
קאָנטינענט אפריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך אראביש
הויפּטשטאָט טוניס
גרעסטע שטאָט טוניס
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
זינע על-אבידינע בן אלי לשעבר, כיום קייס סעיד
נג'לא בודן רמדאן
גרינדונג דאַטום
20סטן מערץ, 1956
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
163,610 קוואַדראַט ק"מ
92סטע
5.0
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

10,102,000 (יולי 2005)
78סטע
161 68 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע
וואַלוטע טוניסישער דינאר (TND)
צײַט זאָנע +2
אינטערנעט דאָמען tn.
טעלעפֿאָן קאָד 216+

טוניסיע (אפיציעל די רעפובליק פון טוניסיע) איז א לאנד אין צפון אפריקע. די הויפטשטאט איז טוניס.

שוין פון דער אלטער היסטאריע וואוינען אין טוניסיע די בערבער פעלקער. זיי האבן געבויט שטעטלעך און פארטן אויפן בארטן צו האנדלען ארום דעם מיטלענדישן ים.

דארט איז געווען די ערשטע אראבישע לאנד וואו עס האט אויסגעבראכן די אראבישע פרילינג דערנאך וואס א סוחר האט זיך אונטערגעצינדן.

כמעט אלע איינוואוינער פון טוניסיע (98% פון דער באפעלקערונג) זענען מוסולמענער. אויך זענען דא אומגעפער 1% קריסטן וואס שטאמען פון אייראפע. די דריט-גרעסטע רעליגיע אין לאנד איז יידישקייט, מיט עטלעכע 900 אנהענגער. א דריטל פון דער יידישע באפעלקערונג וואוינט אין און ארום דער הויפטשטאט. די רעשט וואוינען אויפן אינזל דזשערבא, מיט 39 שולן, אין א קהילה וואס גייט צוריק 2,600 יאר,[1] אין ספאקס און אין האמאם-ליף.[2]

אין דזשערבא, אן אינזל אינעם איינגאס פון גאבעס, געפינט זיך די על גריבא שול, איינע פון די עלטסטע שולן אין דער וועלט. און די עלטסטע וואו מען דאווענט נאך אן א הפסק. א סך יידן גייען באזוכן די אוראלטע שול און איין מאל א יאר פֿייערט מען דארט. זיי האב א מסורה אז מ׳האט געבויט די שול מיט שטיינער פונעם ערשטן בית המקדש.

טוניסיע, צוזאמען מיט מאראקא, ווערן גערעכנט די אראבישע לענדער וואס זענען מערסט־טאלעראנט פון זייערע יידישער באפעלקערונג.



  1. Pilgrims flock to Tunisia's Djerba Jewish festival | Lamine Ghanmi (en).
  2. ציטירן גרײַז: אומגילטיגער <ref> טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמען irfrtun