ניזשער

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רעפובליק פון ניזשער

République du Niger

פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: La Nigérienne
אָרט פֿון
קאָנטינענט אפריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך פראנצויזיש
הויפּטשטאָט ניאמע 13°32′N 3°05′W / 13.533°N 3.083°W / 13.533; -3.083


רעגירונג האלב־פרעזידענט רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
מאַהאַמאַדו איסופֿו
בריגי ראַפֿיני
גרינדונג דאַטום
3טן אויגוסט 1960
(פון פראנקרייך)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
1,267,000 קוואַדראַט ק"מ
22סט
0.02
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

17,078,839 [1](2012)
62סט
13.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $11.93 ביליאן[1](2011) (148סט)
וואַלוטע מערב אפריקאנער פראנק
צײַט זאָנע WAT
אינטערנעט דאָמען ne.
טעלעפֿאָן קאָד 227+

ניזשער, אפיציעל די רעפובליק פון ניזשער (פראַנצויזיש: République du Niger), איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אפריקע, וואס נעמט זיין נאמען פונעם ניזשער טייך. ער גרענעצט ניגעריע און בענין אין דרום, בורקינע פאסא און מאלי אין מערב, אלזשיר און ליביע אין צפון, און טשאד אין מזרח. ער באדעקט א שטח פון קרוב צו 1,270,000 קוואדראט ק"מ, דאס גרעסטע לאנד אין מערב אפריקע; כמעט 80% פון לאנד איז אין דעם סאהארע. בערך 15 מיליאן מענטשן וואוינען אין ניזשער. די הויפטשטאט איז ניאמע אין דרום־מערב פון לאנד, און די אפיציעלע שפראך איז פראנצויזיש. ניזשער איז א מיטגליד אין דעם אפריקאנער פארבאנד.

זייט א מיליטערישן איבערקערעניש אין 2010 איז ניזשער א דעמאקראטישער שטאַט.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די מאלי אימפעריע און די סאנגהאי אימפעריע האבן ביידע באדעקט שטחים אין היינטיקן ניזשער. שפעטער איז ניזשער געווארן א טייל פון פראנקרייך

קלימאט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער קלימאט אין ניזשער איז הייס און טרוקן. ביי די ברעגן פונעם ניזשער טייך באסיין איז דער קלימאט טראפיש. אין צפון פון לאנד זענען בערג.

ראיאנען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ניזשער האט אכט ראיאנען.

  • אגאדעז ראיאן
  • דיפֿא ראיאן
  • דאסא ראיאן
  • זינדער ראיאן
  • טאהואיא ראיאן
  • טילאבערי ראיאן
  • מאראדי ראיאן
  • ניאמע (הויפטשטאט דיסטריקט)

עקאנאמיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די עקאנאמיע פון ניזשער איז געבויט אויף פיך, און גרויסע רעזערוון פון אוראניום וואס שאפן 72% פון דעם עקספארט. א פארקלענערונג אין דער וועלטס נאכפרעג פון אוראניום האט געשטערט די עקאנאמיע. ניזשער האט א וואלוטע, דער מערב אפריקאנער פראנק, געטיילט מיט זיבן אנדערע לענדער פונעם מערב אפריקע געלטפאריין.

דעמאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מער ווי העלפט פון די איינוואוינער אין ניזשער געהערן צום האוזא פאלק. מער ווי 800,000 מענטשן זענען שקלאפן.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]