ליביע
שטאַט פון ליביע دولة ليبيا | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אפריקע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | אראביש | ||||
הויפּטשטאָט | טריפאלי 32°54′N 13°11′E / 32.900°N 13.183°E | ||||
רעגירונג | |||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
|||||
גרינדונג דאַטום |
24סטן דעצעמבער 1951 (פון איטאליע) | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
1,759,540 קוואַדראַט ק"מ 17 אומוויכטיק | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
6,597,960 (2011) 102 3.75 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $89,030 מיליאן (73סט) | ||||
וואַלוטע | ליבישער דינאר | ||||
צײַט זאָנע | +1 | ||||
אינטערנעט דאָמען | ly. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 218+ |
ליביע (אַראַביש: ليبيا, בערבעריש: ליביאַ) איז אַ לאַנד אין צפון אַפֿריקע. זי גרעניצט דעם מיטלענדישן ים צו צפון, עגיפטן צו מזרח, סודאן צו דרום־מזרח, טשאד און ניזשער צו דרום, און אלזשיר און טוניסיע צו מערב.
איר הױפּטשטאָט איז טריפּאָלי. אנדערע גרויסע שטעט זענען בענגהאַזי, מיסוראטאה און על בייַדאַ.
ליביע איז דאס פערטע גרעסטע לאנד אין אפריקע לויט שטח, און דאס 17טע גרעסטע לאנד אין דער וועלט, און באדעקט כמעט 1,800,000 קוואדראט ק"מ. זי האט א באפעלקערונג פון 6.4 מיליאן מענטשן. ליביע איז איינע פון דער וועלטס צען רייכסטע נאפט פראדוצירער לענדער.
זי פארמאגט אויך גרויסע מדבריות.
דער דיקטאטארישער פרעזידענט איז געווען מואמאר קאדאפי וואס ער האט איבערגענומען די פירערשאפט, נאך א מיליטערישן איבערקערעניש, אין סעפטעמבער 1969.
דעם 15טן פעברואר 2011 האבן אנגעהויבן ריזיקע דעמאנסטראציעס אין ליביע, ערשט אין דער שטאט בענגאזי און דערנאך אין אנדערע שטעט, אין די שפורן פון אויפשטאנדן אינעם מיטל מזרח. איינער פון די צוועקן איז געווען צו פארטרייבן קאדאפי פון זיין אמט. ביי די דעמאנסטראציעס זענען הונדערטער בירגער און מענטשן פון די זיכערהייט קראפטן געהרגעט געווארן. די דעמאנסטראציעס האבן זיך דערברייטערט אין א בירגערקריג, ווען אסאך בירגער זענען אומגעקומען. באשלוס 1973 פון דעם זיכערהייטס ראט פון די פאראייניקטע פעלקער, אום 17טן מערץ 2011, האט געגעבן רשות צו לענדער צו נעמען אלע מיטלען צו פארזיכערן די פרידע פון די בירגער אין ליביע. דעם 19טן מערץ, נאך אן אולטימאטום א טאג פריער דורכן אמעריקאנער פרעזידענט באראק אבאמא, האט אנגעהויבן אן אינטערנאציאנאלע אטאקע אויף ליביע. דעם 20סטן אקטאבער 2011, נאך א חודש פון קעמפן, האבן די רעוואלוציאנערן איינגענומען די לעצטע פעסטונג פון קאדאפי און זיין געבורט־שטאט סירטע. קאדאפי האט מען געהרגעט ווען ער האט פרובירט אנטלויפן פון דער שטאט.
ֿ
עקאנאמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די עקאנאמיע פון ליביע איז באזירט אויף פאבריקאציע, נאפט און לאנדווירטשאפט. די ליבישע פאבריקאציע נעמט איין טעקסטילן, קליידונג און עסן.
יידן אין ליביע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לענדער און טעריטאריעס אין אפריקע | ||
---|---|---|
מערב אפריקע | בארטן פון העלפאנדביין · בורקינע פאסא · בענין · די גאמביע · גהאנע · גינע · גינע-ביסאו · טאגא · ליבעריע · מאלי · ניזשער · ניגעריע · סיערע לעאנע · סענעגאל · קאפווערדישע אינזלען | |
צפון אפריקע | ||
צענטראל-אפריקע | ||
מזרח אפריקע | ||
דרומדיקע אפריקע | באצוואנע · דרום אפריקע · זאמביע · זימבאבווע · לעסאטא · נאמיביע · סוואזילאנד |
לענדער אין דער אַראַבישער ליגע |
---|
איראק - אלזשיר - אָמאן - באכריין - דזשיבוטי - טוניסיע - יארדאניע - לבֿנון - ליביע - מאריטאניע - מאראקא -סאודי אראביע - סאמאליע - סודאן - סיריע - עגיפטן - פאראייניגטע אראבישע עמיראטן - פאלעסטינע (פל"א) - קאטאר - קאמאראס - קואווייט - תימן |