שקלאפעריי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון שקלאף)

שקלאַפֿערײַ איז אן עקאנאמישע סיסטעם וואו א מענטש, דער שקלאַף, ווערט דער אייגענטום פון א צווייטן מענטש, און מוז ארבעטן פאר זיין האר אן געהאלט. דער שקלאף איז נישט בעל־הבית אויף זיין צייט נאר מוז טון וואס זיין האר הייסט אים. אפטמאל האט ער איבערהויפט נישט קיין רעכט.

דער פערטער פאראגראף פון דער אלוועלטלעכער דעקלאראציע פון מענטשרעכט אסרט שקלאפעריי און האנדלען מיט שקלאפן. היינט האבן אלע לענדער געזעצן קעגן שקלאפעריי, אבער דאך זענען מענטשן געהאלטן ווי שקלאפן אין א טייל דריטע וועלט לענדער.

שקלאפעריי אין אוראלט גריכנלאנד אין רוים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אוראלט גריכנלאנד און רוים איז געווען איינגעפירט די סיסטעם פון שקלאפעריי. ווען איינער האט געהאט א שקלאף האט ער געקענט אים פארקויפן צו א צווייטן אדער איבערלאזן א ירושה פאר זיינע קינדער. ס'איז געווען מעגלעך אפצוקויפן אלס שקלאפן מלחמה געפאנגענע און מענטשן געכאפט דורך פיראטן. קינדער געבוירן צו שקלאפן האבן געהערט צו די אייגנטימער פון די עלטערן.

ס'איז געווען א מעגלעכקייט פאר א שקלאף צו ווערן באפרייט. דער רוימישער קייסער פערטינאקס איז געווען א זון פון א באפרייטן שקלאף.

שקלאפעריי אין אפריקע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מיטן פארשפרייטן פון איסלאם אין אפריקע האבן די אראבישע שקלאף־הענדלער געפירט א מסחר פון אפריקאנער שקלאפן וואס זיי האבן אימפארטירט אין דעם אראבישן האלבאינזל. אויך שווארצע האבן געכאפט אנדערע שווארצע צו ווערן שקלאפן.

אין יידישקייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט די הויפּט אַרטיקלען – עבד עברי, עבד כנעני

אין הלכה זענען דא די באגריפן פון עבד עברי און עבד כנעני.

עבד עברי[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אן עבד עברי איז נישט קיין שקלאף. ער איז א ייד וואס האט זיך פארקויפט צו ארבעטן ווייל עס פעלט אים געלט, אדער וואס בית דין האבן אים פארקויפט צוליב דעם וואס ער האט געגנבעט און האט נישט מיט וואס צו באצאלן. אן עבד עברי איז באגרענעצט צו ארבעטן זעקס יאר, דערנאך גייט ער ארויס פריי. זיין האר טאר נישט געבן אויף אים מער ארבעט ווי א געדינגענעם ארבעטער, און מוז אים אויסהאלטן, מיט זיינע ווייב און קינדער, אין גאנץ גוטע צושטאנדן.

עבד כנעני[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אנדערש איז דער עבד כנעני, וואס איז דער אייגנטום פון זיין האר, און די תורה זאגט "לעולם בהם תעבודו", מען טאר נישט באפרייען אן עבד כנעני. דאך האט דער עבד געוויסע רעכטן. טאמער זיין האר שעדיגט אים און צעקלאפט זיין אויג, צאן, פינגער, אא"וו, ווערט דער עבד באפרייט. אויך האט דער האר נישט קיין רעכט צו הרגענען זיינס אן עבד, און ער וועט ווערן געמשפטעט אויף דעם.

די תורה הייסט מגייר זיין לשם עבדות אן עבד, ד"ה ער מוז אים מלען און דער עבד ווערט באפליכטעט אין אלע מצוות וואס א פרוי דארף האלטן.

כדי אויס לייזן דעם קנעכט דארף זיין האר שרייבן אים א שטר. אויב מ'האט נישט געשריבן קיין שטר, נאר דער האַר (אדון) האט זיך מתייאש געווען, ווערט נפקע נאר דער קניין ממון פון דעם קנעכט, אבער נישט דער קניין איסור, און דער יורה דיעה'דיקער דין פון דער עבד בלייבט, אבער ער איז נישט מחויב צו ארבעטן פארן אדון.

די גמרא‏[1] זאגט אויף אים "אותו העבד אין לו תקנה". לויט דער שיטה פון רש"י, דאס מיינט אז ער איז א "מקצת עבד", און וועגן דעם טאר ער נישט חתונה האבן נישט מיט א שפחה און נישט מיט א "בת חורין" א יידענע. דער אדון קען שרייבן א שטר אים צו ארויס לאזן, אבער די קינדער ירשנען נישט, ווייל דער איסור איז צו א שוואכע זאך צו ירשענען, ס'איז א קנין וואס האט נישט קיין אחיזה פאר זיך, און וועגן דעם קענען די קינדער נישט ארויסלאזן דער קנעכט דורך א שטר.

לויט תוספות שיטה, איז ער א נארמאלער עבד און דיני יורה דיעה, און מעג חתונה האבן מיט א שפחה.

אין מצרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די תורה ברענגט אז ווען די יידן זענען געווען אין מצרים, האבן די מצריים געהאלטן זיי ווי שקלאפן צו בויען שטעט און סקלאדן.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. מסכת גיטין