לדלג לתוכן

גהאנע

פֿון װיקיפּעדיע
רעפובליק פון גהאַנע
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט אפריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך ענגליש
הויפּטשטאָט אקרא 5°33′N 0°15′W / 5.550°N 0.250°W / 5.550; -0.250
רעגירונג רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
דזשאן אטא מילס
גרינדונג דאַטום
6טן מערץ 1957

(פון פאראייניגטן קעניגרייך)

פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
238,533 קוואַדראַט ק"מ
81
3.5%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

24,339,838 (2010)
47
102.04 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $35,990 מיליאן (98סט)
וואַלוטע גהאנע סעדי
צײַט זאָנע UTC
אינטערנעט דאָמען gh.
טעלעפֿאָן קאָד 233+

די רעפובליק פון גהאַנע (ענגליש: Republic of Ghana) איז א לאנד אין מערב אפריקע. זי גרענעצט בארטן פון העלפאנדביין צו מערב, בורקינע פאסא צו צפון, טאגא צו מזרח, און דעם איינגאס פון גיני צו דרום.

גהאנע האט א באפעלקערונג פון 24 מיליאן מענטשן (געשאצט 2010). די הויפטשטאט איז אקרא. גהאנע איז די צווייטער גרעסטער פראדוצירער פון קאקאא אין דער וועלט. די אפיציעלע שפראך איז ענגליש.

גהאנע איז געשאפן אין 1957 פון צוויי בריטישע קאלאניעס, גאלד בארטן און בריטישע טאגאלאנד. דער ערשטער פרעמיער מיניסטער איז געווען קוואמע נקרומא. שפעטער האבן די מיליטער איבערגענומען די הערשאפט אין לאנד. אין 1992 האט מען אויפגענומען א נייע דעמאקראטישע קאנסטיטוציע. דער ערשטער פרעזידענט אונטער דער נייע קאנסטיטוציע איז געווען דזשערי ראלינגס. דער היינטיגער פרעזידענט איז דזשאן אטא מילס פון דער נאציאנאלער דעמאקראטישער קאנגרעס פארטיי.

ראיאנען פון גהאנע

גהאנע ווערט צעטיילט אין 10 ראיאנען:

  • אויבער מזרח
  • אויבער מערב
  • אשאנטי
  • בראנג־אהאפא
  • גרויס־אקרא
  • וואלטא
  • מזרח
  • מערב
  • צענטראל
  • צפון

די צוויי גרעסטע שטעט אין גהאנע זענען אקרא (באפעלקערונג 3,963,264) און קומאסי (2,604,909).

גהאנע איז איינער פון די הויפט פראדוצירערס פון גאלד, אין דער וועלט. אויך טוט זי עקספארטירן קאקאא, אויל, האלץ, עלעקטריע, בריליאנטן, באקסיט און מאנגאן.