לדלג לתוכן

דזשיבוטי

פֿון װיקיפּעדיע

דזשיבוטי (אַראַביש: جيبوتي דזשיבוטי, פראַנצויזיש: Djibouti, סאמאלי: Jabuuti, אַפֿאַר: Gabuuti), אפיציעל רעפובליק פון דזשיבוטי (אַראַביש: جمهورية جيبوتي דזשומהוריאַט דזשיבוטי, פראַנצויזיש: République de Djibouti, סאמאלי: Jamhuuriyadda Jabuuti, אַפֿאַר: Gabuutih Ummuuno), איז א לאנד אינעם הארן פון אפריקע. ער גרענעצט עריטרעע צו צפון, עטיאפיע צו מערב און דרום, און סאמאליע צו דרום־מזרח. צו מזרח געפינט זיך דער ים סוף און דעם איינגאס פון אדען. דזשיבוטי, מיט א באפעלקערונג פון 818,159 ביים 2009 צענזוס,[1] איז איינע פון די וועניגסטע באפעלקערטע לענדער אין אפריקע.[2] 94% פון דער באפעלקערונג זענען מוסולמענער, און די איבעריגע 6% זענען קריסטן. דאס לאנד איז געווארן אומאפהענגיק פון פראנקרייך אין 1977. דזשיבוטי איז געווארן א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער דעם 20סטן סעפטעמבער, 1977.[3][4] דזשיבוטי האלט שטארקע קשרים מיט פראנקרייך, פון וועמען ער באקומט פארשידענע מיליטערישער און עקאנאמישער הילף.[5]

  1. Communication Officielle des Resultats du Recensement Général de la Population. Ministère de l'Economie, des Finances et de la Planification, Djibouti (‏2010). דערגרייכט דעם 18טן פעברואר, 2011.
  2. World Bank country data Djibouti (2009) (number rounded). Data.worldbank.org. דערגרייכט דעם 2011-04-27.
  3. Today in Djibouti History. Historyorb.com. דערגרייכט דעם 2011-04-27.
  4. United Nations member states. Un.org. דערגרייכט דעם 2011-04-27.
  5. Djibouti Government. Globaledge.msu.edu (‏2005-04-08). דערגרייכט דעם 2011-04-27.


לענדער אין דער אַראַבישער ליגע  
איראק - אלזשיר - אָמאן - באכריין - דזשיבוטי - טוניסיע - יארדאניע - לבֿנון - ליביע - מאריטאניע - מאראקא -סאודי אראביע - סאמאליע - סודאן - סיריע - עגיפטן - פאראייניגטע אראבישע עמיראטן - פאלעסטינע (פל"א) - קאטאר - קאמאראס - קואווייט - תימן