ים סוף

פֿון װיקיפּעדיע
ים־סוף

ים סוף אדער דער רויטער ים (העבאריש; הים האדום) איז אן אפצווייג פון דעם אינדישער אקעאן. צפון זייט פון דער ים סוף איז צעשפרייט צוויי איינגאסן: דער אילת איינגאס און דער איינגאס פון סועץ.

אזעלכע מפרשים זאגן אז אין דער איינגאס פון אקאבא איז געוועזן קריעת ים סוף. אבער רוב פארשער זאגן אז קריעת ים סוף איז געווען אין איינע פון די וואסער איינזאמלונגען נעבן דעם מיטלענדישן ים.

אויף די ברעגן פונעם ים סוף ליגן די לענדער דזשיבוטי, עריטרעא, סודאן, עגיפטן, ישראל, יארדאניע, סאודי אראביע און תימן.

צווישן די שטעט אויפן בארטן פונעם ים סוף זענען אילת, אקאבא, שארם א-שייך, דזשעדא, פארט סודאן, אסעב, סועץ און מאסאווע.