לדלג לתוכן

גינע

פֿון װיקיפּעדיע
רעפובליק פון גינע

République de Guinée

פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: Liberté (פרייהייט)
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט אפריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך פראנצויזיש
הויפּטשטאָט קאנאקרי 9°31′N 13°42′W / 9.517°N 13.700°W / 9.517; -13.700
רעגירונג רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
Mamadi Doumbouya
באַ אונדזער
גרינדונג דאַטום
2טן אקטאבער 1958

(פון פראנקרייך)

פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
245,857 קוואַדראַט ק"מ
78
נישטיק
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

10,601,009[1](2011)
79
מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $10.6 ביליאן[1](2011) (149סט)
וואַלוטע גינעאישער פראנק
צײַט זאָנע UTC
אינטערנעט דאָמען gn.
טעלעפֿאָן קאָד 224+

גינע (פראַנצויזיש: Guinée), אפיציעל די רעפובליק פון גינע, איז א לאנד אין מערב אפריקע. זי גרענעצט גינע-ביסאו אין צפון־מערב, סענעגאל אין צפון, מאלי אין צפון־מזרח, דעם בארטן פון העלפאנדביין אין מזרח, און ליבעריע און סיערע לעאנע אין דרום. אין דרום־מערב האט זי א בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן. זי באדעקט א שטח פון בערך 246,000 קוואדראט ק"מ.

בערך 10 מיליאן מענטשן וואוינען אין גינע. די הויפטשטאט איז קאנאקרי, און די אפיציעלע שפראך איז פראנצויזיש. גינע איז א מיטגליד אין דעם אפריקאנער פארבאנד.

גינע ווערט צעטיילט אין זיבן ראיאנען.

ראיאנען פון גינע

גינע האט אסאך נאטורלעכע רעסורסן, כולל מער ווי 25% פון דער וועלטס באוואוסטע רעזערוון פון באקסיט. אויך האט גינע דיאמאנטן, גאלד און נאך מעטאלן. אנדערע אינדוסטריעס זענען פאבריקן פאר ביר, פרוכט זאפט, געטראנקען און טאבאק. 80% פון דער ארבעטסקראפט ארבעט אין לאנדווירטשאפט. ווען גינע איז געווען אונטער פראנקרייך האט זי עקספארטירט באנאנען, אנאנאס, קאווע, פיסטאשקעס, און פאלמעס אויל.