אנאנאס

פֿון װיקיפּעדיע
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם פלאנץ. טאמער זוכט איר די פרוכט, זעט אנאנאס (פרוכט).

אַנאַנאַס (Ananas comosus) איז דער נאמען פון אן עסבארן טראפישן פלאנץ און אויך זיין פרוכט. ער שטאַמט פון דרום בראזיל, און פאראגוויי.[1] דאס איז א פיליאריקער פלאנץ וואס וואַקסט הויך 1.0 ביז 1.5 מעטער מיט 30 אדער מער שפיציגע בלעטער לאנג 30 ביז 100 צ"מ, ארום א דיקן שטאַם. אין 2016, איז כמעט א דריטל פון דער וועלט׳ס פראדוקציע פון אנאנאס געקומען פון דריי לענדער: קאסטא ריקא, בראזיל און די פיליפינען.[2]

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאלומבוס האט מיטגעברענגט דעם אנאנאס ווען ער איז צוריקגעקומען פון אמעריקע. פון שפאניע האט דער אנאנאס זיך פארשפרייט איבער אייראפע.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. http://www.socialstudiesforkids.com/articles/ushistory/hawaiifirstpineapples.htm
  2. Pineapple production in 2016, Crops/Regions/World list/Production Quantity (pick lists). UN Food and Agriculture Organization, Corporate Statistical Database (FAOSTAT) (‏2017). דערגרייכט דעם 23 February 2018.