פרוכט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
א פרוכט שטעל אין א מארק אין בארצעלאנע, שפאניע.

פֿרוכט, אין באָטאַנישן זין, איז אַ טײל פֿון דער פֿלאַנץ, װאָס האָט די אַחריות פֿאַר דער פֿאַרשפּרײטונג פֿון די קערנדלעך. אין לאַנדװירטשאַפֿטלעכער און קולינאַשער שפּראַך פֿרוכט, אָדער אױבסט, איז אַ זיסער פֿלאַנצלעכער עסנװאַרג װאָס מעג זײַן אַ אמתע פֿרוכט, אָדער אַן אַנדער טײל פֿון די פֿלאַנץ. עפּל, צום בײַשפּיל, זײַנען אמתע פֿרוכטן, אָבער טרוסקאָװקעס זײַנען נישט קײן אמתע פֿרוכטן. די פֿרוכט העלפֿט צו פֿאַרשפּרײטן דיִ קערנדלעך אין פֿאַרשײדענע אופֿנים: װען אַ פֿרוכט איז פֿליישיג, שײן און זיס, קומען חיות און פֿרעסן די פֿרוכט, און דורך זײער צואה קומען אַרױס די קערנדלעך. אַנדערע פֿרוכטן באַהאַפֿטן זיך צו פֿעל פֿון חיות און אַנדערע האָבן פֿליגעלעך (װי די פֿרוכטן פֿונעם מײפּל-בױם) און װערן געטראָגן פֿונעם װינט.

רוב פֿרוכט וואס מען עסט האבן א סאך וואסער, נאטירלעכן צוקער און אייזן.

פרוכט וועלכע וואקסן אויף א בוים אדער אויף דער ערד, גייען אריין אינעם סארט פון פרוכט. עס קומט מיט קערנדלעך אינדערמיט.

עס האט פארשידענע שיינע קאלירן צו ציען די אויג איר צו עסן.

פרוכט איז א נארהאפטיגער מאכל,

עס איז זיס און געשמאק.

פרוכט איז א גוטער נאש.

און פון דעם מאכט מען גוטן קאמפאט.

אויפבוי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א פרוכט באשטייט פון איין אדער מער זוימען ארומגענומען מיט א וואנט, דעם פעריקארפ. דער פעריקארפ האט דריי שיכטן: עקסאקארפ – אויסנווייניקער שיכט מעסאקארפ – מיטלער שיכט ענדאקארפ – אינעווייניקער שיכט

למשל, ביי פערשקעס און פלוימען איז דער הארטער קערן (וואס אנטהאלט דעם זוימען) דער ענדאקארפ, דער מעסאקארפ איז דער טייל וואס מען עסט, און דער עקסאקארפ איז דער שאלעכץ.