קאמפאט
קאָמפּאָט איז אַ זיסע נאכשפּײז געמאַכט פון אלערליי פרוכט, און צומאל לייגט א גוטער קעכער אויך צו, פון געוויסע זיסע גרינצייג.
די היסטאריע פון קאמפאט, אדער ווי מ'האט עס גערופען אמאל 'צימעס', האט זיך אנגעהויבן פון ווייקן 'שטארק געצייטיגטע' פרוכטן, און פון דעם איז געווארן א אייגעמאכץ - ווי מ'האט עס גערופן אמאל. דאס האט מען אויך גענוצט פאר היילונג, ווייל די שטארק זיסע פארזיך דערפון, האט געהאט גוטע באצילן. אבער היינט איז עס מער-ווייניגער אזויווי א קאלטע זופּ, וואס מ'עסט דערפון ביים ענדע פון א מאלצייט.
די פרוכטן װערן היינט געקאָכט אין צוקער װאַסער, ביז זײ װערן װײעך און דאָס װאַסער באַקומט אַ קאָליר, און עס ווערט אליינס גענוצט ווי א זיסע געטראנק.
מערסטנס מאל ווערט עס סערווירט נאך א פליישיגער מאלצייט.
פארשידענס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ס'דא א באקאנטע חסידישע סלאגאן, מיט וואס מ'ענדיגט צו א אומגינסטיגער טעמע, ווי פאלגנד: מייערן צימעס איז א גוטע צימעס, און דער נעשכיזער רבי איז געווען א גוטער יוד...