לדלג לתוכן

בארטן פון העלפאנדביין

פֿון װיקיפּעדיע
רעפובליק פון בארטן פון העלפאנדביין
République de Côte d'Ivoire
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: L'Abidjanaise (געזאנג פון אבידזשאן)
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט אפריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך פראנצויזיש
הויפּטשטאָט יאמוסאקרא 6°49′N 5°17′W / 6.817°N 5.283°W / 6.817; -5.283
רעגירונג רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
אלאסאן וואטארא
גוויאם סארא
גרינדונג דאַטום
7טן אויגוסט 1960

(פון פראנקרייך)

פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
322,462 קוואַדראַט ק"מ
68
1.4%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

21,504,162 [1](2011)
56
63.9 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $37.8 ביליאן[1](2010) (100ט)
וואַלוטע מערב אפריקאנער פראנק
צײַט זאָנע UTC
אינטערנעט דאָמען ci.
טעלעפֿאָן קאָד 225+

די בארטן פון העלפאנדביין (פראַנצויזיש: République de Côte d'Ivoire), אפיציעל די רעפובליק פון בארטן פון העלפאנדביין, איז א לאנד אין מערב אפריקע. זי גרענעצט ליבעריע און גינע אין מערב, מאלי און בורקינע פאסא אין צפון, דעם גהאנע אין מזרח, און דעם איינגאס פון גינע אינעם אטלאנטישן אקעאן אין דרום. זי באדעקט א שטח פון 322,462 קוואדראט ק"מ.

די הויפטשטאט איז יאמוסאקרא, אבער די גרעסטע שטאט און אדמיניסטראטיווער צענטער פון לאנד איז אבידזשאן. די אפיציעלע שפראך איז פראנצויזיש. בארטן פון העלפאנדביין איז א מיטגליד אין דעם אפריקאנער פארבאנד.

בארטן פון העלפאנדביין ווערט צעטיילט אין ניינצן ראיאנען.

ראיאנען פון בארטן פון העלפאנדביין


בארטן פון העלפאנדביין האט די גרעסטער עקאנאמיע אין דעם מערב אפריקע עקאנאמישן און געלטיקן פארבאנד, מיט 40% פונעם פארבאנדס ברוטא אינלענדישן פראדוקט. עס איז דער וועלטס גרעסטער עקספארטירער פון קאקאא.

  1. a b די וועלט פאקטבוך. CIA Directorate of Intelligence. דערגרייכט דעם 1טן יוני, 2011.


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בארטן פון העלפאנדביין