אראבישע ליגע

פֿון װיקיפּעדיע
לענדער אין דער אראבער־ליגע

די אַראַבער־ליגע איז א בונד פון אַראַבישע לענדער פֿון צפֿון־אַפֿריקע און דרום־מערב־אַזיע וואָס האָבן זיך פֿאַרבונדן מיט אַ צוועק צו לעזן די אַראַבישע פּראָבלעמען. איינע פון זייערע הויפט־פראבלעמען איז דאס וואס מדינת ישראל נעמט־איין פאלעסטינער שטחים.

זי איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר ה'תש"ה (1945) דורך זיבן שטאַטן: עגיפטן, סיריע, איראַק, סאודי אראביע, לבנון, יארדאניע און תימן. די אָרגאַניזאַציע איז פֿאַראייניגט פֿון 22 לענדער ווען איינע פֿון זיי איז פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע (PLO) וואָס ביי די אַראַבישע־ליגע איז אש"ף פֿארעכנט ווי אַן אומאָפהענגיקע פאַלעסטינער־שטאַט. אין די 50קער יארן האבן זיך מיטגעטיילט אויך ליביע, סודאן, מאראקא און טוניסיע, און אין די 1960ער יארן קואווייט, און אלזשיר. אין די 1970ער יארן די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, באכריין, קאטאר, אמאן, מאריטאניע, סאמאליע, דזשיבוטי און אש"ף אלס א "פאַלעסטינער שטאַט". קאמארע האט זיך פאראייניגט צו דער ליגע אין יאר (1993).

אין יאר ה'תשל"ט (1979) האט מצרים געבראכן דעם חרם וואס די ליגע האט ארויפֿגעלייגט אויף ישראל, ווען דער נשיא פֿון עגיפטן, אנוואר סאדאט האט אויסגעפירט דעם שלום אפמאך, און געמאכט פרידן מיט ישראל. עגיפטן איז דערפֿאר דערווייטערט געוואָרן פון דער ליגע אויף 10 יאר.

די גרינדונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געגרינדעט געווארן אין עגיפטן, מיט גרויסבריטאניעס פלאן, גרויסבריטאניע האט עס געוואלט אויפשטעלן אינמיטן דער צווייטער וועלט מלחמה, כדי די אראבישע וועלט זאל זיך אנשליסן צו די אליאירטע קרעפטן, וויבאלד אסאך אראבער האבן גענויגט צו דער נאצי זייט.

אין 1964, זענען פארגעקומען צוויי שפיצן-קאנפערענצן אין קאירא, אין די ערשטע איז אויפגעשטעלט געווארן א צוזאמען ארבעט אין קולטור, דערציונג, און וויסנשאפט. און ביי דער צווייטער קאנפערענץ יענע יאר, איז די פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע (פ.ל.א.) געגרינדעט געווארן, און אין 1976 איז די פ.ל.א. אנגענומען געווארן ווי א לאנד-מיטגליד אין דער ליגע. 1976 איז געווען דער אנהייב פונעם לבנון ברודער קריג, און די אראבישע ליגע, האט געשיקט שלום טרופן קיין לבנון, וואס האבן זיך גאנץ שנעל ארויסגעצויגן פון דארט.

פראבלעמען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון שטענדיג אן זענען געווען פראבלעמען, מיינונגס פארשידנהייטן איבער ישראל, איבער פאלעסטינער פליטים, ירדן האט אנעקסירט דעם מערב ברעג, און איז געווארן א טייל פון איר וואס דאס איז געווען קעגן ווילן פונעם ליגע. עגיפטן האט געמאכט שלום, מאכנדיג אן איבערקערעניש אינעם ליגע פירערשאפט. די פי על או האט אונטער געשריבן דעם אסלא אפמאך, קעגן די ווילן פונעם ליגע.

איינע פון די הויפט פראבלעמען איז געווען, אז ביי אן אפשטימונג, מוזן אלע איינשטימען, אז נישט איז עס נישט אריבער, און עס איז דורכגעפאלן. דאס הייסט אדער אלע אדער גארנישט.

אין 1992 איז אויסגעבראכן אין סאמאליע, א בירגער קריג, און א שווערע הומאניטארישע צוזאמפאל, וואס איז זיי נישט געלונגען צו העלפן, נאר מיט די הילף פון די פאראייניגטע שטאטן, און אייראפע, האט זיך דער מצב עטוואס פארבעסערט.

אויך ביי די אומרוען אין קענען זיי נישט צופיל אויפטון.

אין יאר 2011, ווען עס האבן זיך אנגעהויבן א רייע פון אומרוען אין א טייל פון די אראבישע לענדער, האט די אראבישע ליגע ארויסגעווארפן מואמאר קאדאפי, דער פירער פון ליביע פארן באפעלן פאר זיין מיליטער אומצוברענגען די אויפשטענדלער, און אונטערברענגען די אויפשטאנד מיט א שטייפער האנט. נאכדעם וואס די רעבעלן האבן ענדגילטיג ארויסגעשטויסן קאדאפי און זיינע אנהעגער פון דער מאכט, איז ליביע צוריק א מיטגליד אין דער אראבישער ליגע.

אום נאוועמבער 2011, האט די אראבישע ליגע ארויסגעשטעלט סיריע פון דער ליגע, דאס קומט נאכדעם וואס באשער על אסאד, דער פרעזידענט פון סיריע, האט אלץ רעזולטאט צו די רעוואלט אין זיין לאנד, אונטערגענומען גאר ברוטאלע שריט קעגן זיינע בירגער, וואס רעכנט אריין אומברענגען אסאך ציווילע אומשולדיגע בירגער.

פירערשאפט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רוב גענעראל-סעקרעטארן זענען געווען עגיפטישע בירגער, אויסער איינער וואס איז געווען א טוניסישער, אין דער צייט וואס עגיפטן, איז געווען ארויסגעווארפן פון דער ארגאניזאציע, נאכן שלום מאכן מיט ישראל.

די הויפטקוואטיר געפונט זיך אין קיירא.

לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לענדער אין דער אַראַבישער ליגע  
איראק - אלזשיר - אָמאן - באכריין - דזשיבוטי - טוניסיע - יארדאניע - לבֿנון - ליביע - מאריטאניע - מאראקא -סאודי אראביע - סאמאליע - סודאן - סיריע - עגיפטן - פאראייניגטע אראבישע עמיראטן - פאלעסטינע (פל"א) - קאטאר - קאמאראס - קואווייט - תימן