שמואל אהרן רובין
הרב שמואל אהרן רובין אדער ראבין (ה'תקפ"ד (בערך) - כ"ז תמוז ה'תרל"ז) איז געווען רב אין קארטשין, גאליציע, און מחבר פון "בית אהרן" אויף הלכות גטין און "זרע ישי",[1] א פירוש אויף דער פסיקתא דרב כהנא. ער איז געווען א חסיד פונעם צאנזער רב.[2]
הרב שמואל אהרן איז געווען א זון פון הערש לייזער רובין. ער איז געווארן רב אין קארטשין און געבליבן דארט ביז תרל"ז. אין יענעם יאר האט מען אים באשטימט אלס דיין אין קראקע, און ער איז נפטר געווארן דאס זעלבע יאר.[3]
ער האט געהייראט חנה רחל, א טאכטער פון רבי ישראל לינדבערגער פון בריגל. זייערע קינדער זענען געווען:
- רבי מנחם מענדל, וואס האט זיך געצויגן קיין ארץ ישראל און האט געפירט דעם גאליציאנער כולל דארטן
- רבי יעקב, איז אומגעקומען אין וויען אין חורבן אייראפע[4]
- רבי יום־טוב ליפמאן, וואס האט זיך געצויגן קיין ארץ ישראל
- שפרה, די ווייב פון הר"ר ישראל בן ר' יחיאל וואגשאל, הרב מפריסטיק, א גרויסער מיוחס, פון רבי אלימלך פון ליזשענסק אוו רבי נפתלי ראפשיצער.
- רבקה, די ווייב פונעם נאראלער רב, הר"ר שלום ריינמאן.[5] זייערע קינדער זענען געווען אדמו"רים אין גאנץ גאליציע.
- אסתר, אשת חבר צו רבי יצחק פלאם, ווער איז געוועזן אן אוראייניקל פונעם לוצקער מגיד רבי שלמה פלאם, און א זון פון חנה רחל, די טאכטער פון רבי אלעזר מבעלז. אין אירע לעצטע יארן האט זי געוואוינט אין ירושלים, און זי איז געוועזן זייער א חשובע רעבעצין. מ"כ אין הר-המנוחות. רעבעצין פלאם'ס קינדער זיינען געווייזן
- חיה - די ווייב פון רבי חיים יעקב סאפרין דער קאמארנער רב און נאך איר פטירה בזוו"ש, איר שוועסטער רבקה הענא.
- רבי דוד פלאם, דער אלעסקער רב פון מאנטריאל (אין די לעצטער יארן אין ירושלים, מ"כ אין הר הזיתים, אין דער חלקה פון דער משפחה פון דעם קארטשינער רב מנחם מנדל רובין לעבן מערת הנביאים)
- רבי שמואל אהרן פלאם דער דובעצקער רב, וואס איז אומגעקומען מיט זיין רעבעצין אין חורבן אייראפע.
דער נאראלער רבי, רבי חיים מאיר יחיאל שפירא, איז געווען אן אייניקל פון דעם קארטשינער רב. אויך
דער באבאווער רבי (45) הרב רבי מרדכי דוד אונגער, איידעם פון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם פון באבאוו , איז אן אייניקל.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער קארטשינער האט געשריבן די פאלגנדע ספרים:[6]
- בית אהרן אויף הלכות גטין (לעמבערג, תרל"ו, צווייטע אויסגאבע ניו יארק, תש"ז)
- אם למקרא אויף קרי און כתיב אין תנ"ך (בילגאריי, תרצ"ט, צווייטע אויסגאבע בני ברק, תשל"ד)
- לחמא עניא והלילא דפסחא, פירוש על הגדה של פסח (ירושלים תשכ״ו)
- זרע ישי, פירוש על פסיקתא רבתי דרב כהנא (תל־אביב, תשכ״ט).
- שם עולם, שו״ת אויף פיר חלקים פון שלחן ערוך (בני ברק תשל״ז).
- עיני שמואל, אויף רוב אגדות הש״ס (ירושלים תשמ׳׳ח).
- אהבה ויראה, על ספר יראים עד מצוה קס״ח (ירושלים תשמ״ה).
- ראשי בשמים,ילקוט על כללי הש״ס עפ״י סדר א״ב (כתב יד.
- בגד אהרן, ילקוט על עניני אגדה עפ״י סדר א״ב (כתב יד).
- חומש הגבורים, דרשות על התורה (כתב יד).
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אן ר' שמואל אהרן (אידישע וועלט)
- די מצבה פון רבי שמואל אהרן אין דעם נייעם בית-החיים פון קראקע (אידישע וועלט)
- נצר שרשיו ראשי פרקים לתולדות הגאון החסיד רבי שמואל אהרן ראבין זצ"ל, אב"ד קארטשין (היברובוקס)
- דער קבר פון זיין פרוי, רעבעצין חנה רחל (ארכיווירט 04.03.2016 ביי דער Wayback Machine) אין דעם בית החיים אין קארטשין
- דער חלקה אין הר הזיתים פאר רעבעצין חנה רחל ע"ה(מיינע תולדות)
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ זרע ישי, ביי HebrewBooks
- ↑ יצחק אלפסי, החסידות
- ↑ קארטשין, אין פנקס פולין
- ↑ לחמא עניא והלילא דפיסחא פון רבי שמואל אהרן ראבין
- ↑ הרב שלום ריינמאן איז געווען א זון פונעם פריערדיקן נאראלער רב, הרב יצחק משולם זלמן ריינמאן
- ↑ רשימה פון הרב שמואל אהרן רובינס ספרים