לדלג לתוכן

משה מאנטיפיארי

פֿון װיקיפּעדיע
משה מאנטיפיארי
געבורט המאה ה־18
ליווארנא, Q154849 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 28 יולי 1885
ענגלאנד, פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט קענט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך זשורנאליסט, פילאנטראפ, פינאנציער, באנקיר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
בן/בת זוג יהודית מאנטעפיארע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
משה מאנטיפיארי

משה (חיים) מאָנטיפֿיאָרי (געבוירן ט' מרחשון ה'תקמ"ה - 28סטן יולי 1885, ט"ז אב ה'תרמ"ה) איז געווען אן עסקן אין לאנדאן, ענגלאנד און א מיטגליד אין דעם בריטישן פארלאמענט.

משה מאנטיפיארי איז געבוירן אין ליווארנע, איטאליע, אין יאר 1784 ה'תקמ"ה. זיינע עלטערן זענען געווען ליווארנער אפשטאמיגע וואס האבן דאן געוואוינט אין לאנדאן, און זענען פונקט געווען אויף א באזוך אין זייער היים שטאט ווען ער איז געבוירן.

משה האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס א יונגער געהילף אין שפייז און טיי געשעפטן אין לאנדאן. שפעטער איז ער געווארן איינער פון די צוועלף "אידישע מעקלער" אין דער בערזע פון דער שטאט לאנדאן. ער האט דאן אנגעהויבן געשעפטן מיט זײַן ברודער אברהם, און זײער פירמע 'מאנטיפיארי ברידער' האט זיך ערווארבן א שטארקע רעפוטאציע.

אין יאר ה'תקע"ב 1812 האט משה מאנטיפיארי חתונה געהאט מיט יהודית קאהן, א טאכטער פון לוי בארענט־קאהן. איר שוועסטער חנה האט חתונה געהאט מיט נתן מאיר ראטשילד, און די צווײ שוואגערס האבן צוזאמען געפֿירט געשעפטן.

משה און זיין ווייב יהודית האבן נישט זוכה געווען צו קינדער, ער איז נפטר געווארן תרמ"ה 1885 אלט, זייענדיג גאנצע 100 יאר, און ער ליגט אין ראמסגייט, ענגלאנד.