דוב בעריש לאנדא
געבורט | 1820 | |
---|---|---|
טויט | 1876 (אלט 56 בערך) | |
קבורה ארט | ביאלע | |
פאך | רב | |
רבי דוב בעריש לאנדא (ה'תק"ף - כ"ה סיון ה'תרל"ו), באקאנט ווי רבי בעריש ביאלער, האט געפירט א רביסטעווע פון טויזנטער חסידים אין ביאלע. ער האט אנגעהויבן פירן נאך דער פטירה אין תרכ"ח פון זיין רבי'ן, רבי מענדעלע ווארקער, ווען רוב פון די חסידים זענען אריבערגעגאנגען צו רבי בעריש. זיינע תורות זענען געדרוקט אין דעם קונטרס "מגיד דבריו ליעקב".
פון אים שטאמען די סטריקאווער רביס.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי בעריש איז געבוירן אין יאר תק"ף[1] צו זיין פאטער רבי אברהם לאנדא, אב"ד פון טשעכענאוו. ער איז געווארן אן איידעם ביים נגיד ר' ארטשע פון גריצע-ביאלע.
ער איז געווען א חסיד פון די ווארקער רביס, רבי יצחק ווארקער און רבי מענדעלע ווארקער; ער איז געווען דער הויפט פון רבי מענדעלעס חסידים.
נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט געווארלט פירן רביסטעוועס, און די עדה האט מקבל געווען אלס ממלא מקום רבי יחיאל דאנציגער, וועלכער האט געגרינדעט די אלעקסאנדער דינאסטיע.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי בעריש האט געהייראט די טאכטער פון ר' ארטשע גריצע־ביאלער. זייערע קינדער:
- רבי אהרן צבי (נפ' ז' סיוון תר"ע) פון ביאלע
- רבי אלימלך מנחם מענדל (נפ' י"ט שבט תרצ"ו) פון סטריקאוו
- רבי שמחה בונם פון ביאלע
- רבי יעקב יצחק "איטשע" פון מלאווע
- רבי מענדל פון מלאווע
- רבי יקותיאל פון ווענגראוו
זיינע תלמידים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי יחיאל דאנציגער פון אלעקסאנדער
- רבי שמעון קאליש פון סקערנעוויץ
- רבי יעקב יהודה טענענבוים פון נאדארזין
- רבי חיים טענענבוים פון ווארשע
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- עשר זכויות
- שבת בשבתו, נומער 914, "רבי דוב בעריש מביאלא זצ"ל"
- ↑ יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור,עמ' 450, ירושלים תשנ"ה