שמחה בונם קאליש
געבורט |
1851 ווארקע, פוילן | |
---|---|---|
טויט | 1907 (אלט 56 בערך) | |
פאך | רב | |
הרב שמחה בונים קאליש (ה'תרי"א – ב' שבט ה'תרס"ז) איז געווען איינער פון די ווארקער רבי'ס, באקאנט ווי "דער רבי פון אטוואצק", אויפן נאמען פון אטוואצק, דאס פוילישע שטעטל וואו ער האט געוואוינט פאר א לענגערער תקופה. אין זיינע לעצטע יארן איז ער ארויפגעגאנגען אין ארץ ישראל.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שמחה בונים איז געבוירן געווארן אין תרי"א אינעם שטעטל ווארקע, קאנגרעס פוילן, צו זיין פאטער רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש פון ווארקע[1]. אין תרכ"ח, ווען ער איז געווען אלט זיבעצן יאר, איז זיין פאטער נפטר געווארן. רוב פון זיין פאטערס חסידים האבן מקבל געווען זיין תלמיד רבי דוב בעריש פון ביאלע, אבער א טייל פון די חסידים האבן מכתיר געווען דעם יונגען רבי שמחה בונם אלס רבי, נאכדעם וואס ער האט באקומען סמיכה פון דעם זקן האדמו"רים אין יענער תקופה, רבי יעקב אריה פון ראדזימין. רבי בונים האט געזאגט אויף זיך דעם פסוק: "בן שבע עשרה שנים היה רועה את אחיו".
ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי אליהו הערץ, א חסיד פון דעם אלעקסאנדער רבי, רבי יחיאל דאנציגר; ער איז געווען א גרויסער גביר, און האט אויסגעהאלטן זיין איידעם אז ער זאל קענען זיצן און לערנען אן קיין דאגות פון פרנסה.
רבי שמחה בונים האט געקעמפט קעגן מאדערניזאציע. ער איז געווען שטארק מקפיד געווען אין הידור מצוה, למשל ער פלעג ווארטן 24 שעה צווישן עסן פליישיגס און מילכיגס בין אכילת בשר לחלב 24 שעות כאטש די הלכה פאדערט נאר אז מ'זאל ווארטן זעקס שעה. אלע זיינע חומרות האט ער געמאכט מתוך 'שמחה של מצוה'.
= זיין פריינדשאפט מיט די גדולי הדור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שמחה בונים האט געהאלטן א נאנטע פריינדשאפט מיט דעם אבני נזר פון סאכאטשאוו, דעם שפת אמת פון גער, דער קוטנער רב הרב ישראל יהושע טראנק, זיין שוועסטער קינד רבי מנחם קאליש פון אמשינאוו און דער ביאלער רבי דער דברי בינה.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די קינדער און אייניקלעך פון רבי שמחה בונים קאליש זענען געווען:
- רבי אברהם משה קאליש (נפטר ב' אלול תרצ"ח) פון פאלעניץ, וואס האט געפירט זיין פאטערס חומרות; ביי זיינע לעצטע טעג האט ער געוואוינט אין ווארשע.
- רבי שמחה בונים פון פאלעניץ הי"ד (געווארן רבי אלס בחור), איידעם ביי רבי פינחס ישכר פינקלער פון סאסנאווצע.
- רבי יעקב דוד ברוך, פאלעניץ־ווארקער רבי אין די פאראייניגטע שטאטן, אן איידעם ביי רבי מענדל מארגנשטערן פון ווענגראוו (א זון פון רבי יצחק זעליג מארגנשטערן, סאקאלאווער רבי)
- רבי ישראל יצחק קאליש האט געפירט א רעביסטעווע אין קאליש
- רבי מרדכי מנחם, איידעם ביי רבי בצלאל יאיר דאנציגער פון אלעקסאנדער־לאדזש; האט געפירט אין ווארקע.
- רבי מנחם מענדל קאליש (נפטר י"ח אדר תרע"ט) פון אטוואצק איז געווען דער ממלא מקום פון זיין פאטער; ער איז אריבער קיין ווארשע ביי דער ערשטער וועלט מלחמה.
- * רבי יחיאל חיים ישראל יצחק הי"ד פון אטוואצק, איידעם ביי הרב אליעזר ליפשיץ פון לאדזש
ביבליאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הרבי הקדוש מאטוואצק - ניו יארק תשס"ז, רעדאקטירט דורך זיין אייניקל הרב רפאל שלמה קאליש.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש, דער מיטלער ווארקער רבי, איז געווען דער צווייטער זון פון רבי ישראל יצחק קאליש פון ווארקע