אטוואצק

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אטוואצק
Otwock
POL Otwock COA.svg
PKP Otwock.jpg
אטוואצקער באן סטאנציע
מדינה / טעריטאריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאטע 15טער יארהונדערט
קאארדינאטן 52°07′N 21°16′E / 52.117°N 21.267°E / 52.117; 21.267קאארדינאטן: 52°07′N 21°16′E / 52.117°N 21.267°E / 52.117; 21.267
בירגערמייסטער זביגניעוו שטשעפאניאק
שטח 47.33 קוואדראט ק"מ
הייך 100 מעטער
באפעלקערונג (2006)

 ‑ אין שטאט

43,247‏
http://www.otwock.pl

אטוואצק (פויליש: Otwock) איז א שטאט אין צענטראלן פוילן, 24 ק"מ דרום־מזרח פון ווארשע. עס ליגט אויפן רעכטן ברעג פונעם ווייסל. זייט 1999 געפינט זיך די שטאט אין דער מאזאוויער וואויוואדעשאפט, און זי באדעקט א שטח פון 47 קוואדראט ק"מ. אין 2004 האט אטוואצק געהאט 42,765 איינוואוינער.


יידישע קהילה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פונעם סוף דעם 19טן יארהונדערט האבן א סאך יידישע משפחות אריבערגעצויגן קיין אטוואצק. זיי האבן געהאט פרנסה פון קאנסטרוקציע און טוריזם. אין 1910 האט מען אויפגעשטעלט א שול אין שטעטל אונטער דער קהילה פון קארטשעוו. נאכהער האט מען אנגעהויבן אויפשטעלן די קהילה אנשטאלטן און, נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז די אטוואצקער קהילה געווארן זעלבשטענדיק.

אין דער תקופה צווישן די מלחמות האט זיך די אטוואצקער קהילה אנטוויקלט. מען האט אויפגעשטעלט שולן,‏[1] אין די וואלן פאר דער קהילה־ראט אין די 30ער יארן האט געזיגט אגודת ישראל, אונטער דער פירערשאפט פון גער. אין דער ערשטע וואלן פאר א שטאטראט אין 1923 האבן די יידן באקומען 9 פארטרעטער פון 24.‏[2]

רבנים ואדמו"רים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער ערשטער אטוואצקער רב איז געווען הרב יעקב יהודה סאראצקי, וואס איז נפטר געווארן תרס"ח. נאך אים איז געווען רב הרב יצחק פנחס יאנאווסקי וואס איז געווען שטאטס רב ביז תר"ץ. נאך זיין פטירה האט מען באשטימט צוויי רבנים: הרב ראובן זעהמאן, מחבר פונעם ספר "יחי ראובן", און הרב בעריש יאנאווסקי, הרב יצחק פינחס'נס זון. ביידע זענען אומגעקומען אין חורבן אייראפע.‏[3]

א סך אדמו"רים פלעגן קומען קיין אטוואצק פאר די זומער חדשים, לצרכי מרפא ונופש, און טייל פון זיי האבן זיך באזעצט אין שטעטל. די חסידים פון די רביס דארטן פלעגן קומען און האבן אנגעפילט דאס שטעטל שבתות און ימים טובים. דאס האט פארגרעסערט די קוואלן פון פרנסה און די צאל יידן וואס האבן געוואוינט אינעם שטעטל. צווישן די רביס וואס האבן זיך באזעצט דארטן זענען געווען: רבי שמחה בונים קאליש פון דער ווארקערגזע (דער אטוואצקער רבי), רבי שמעון שלום קאליש (דער אמשינאווער רבי), רבי שאול ידידיה אלעזר טויב (דער מאדזשיצער רבי) וואס איז אנגעקומען אין תרפ"ח און האט געבויט זיין בית מדרש דארט, רבי ירחמיאל ישראל יצחק קאליש, רבי יהושע אשר ראבינאוויש פון פאריסאוו (אן אוראייניקל פונעם ייד הקדוש, רבי אהרן האפשטיין (קאזשניצער) וואס האט געוואוינט אין אטוואצק ביז דער צווייטער וועלט מלחמה ווען ער איז אומגעקומען תשרי תש"ג, רבי יוסף יצחק שניאורסאן (חב"ד-ליובאוויטשער רבי) און רבי יצחק זעליג מארגנשטערן (סאקאלאווער רבי).‏[4]

באוואוסטע מענטשן פון אטוואצק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. ישראל איידלמאן, "בתי הכנסת העירוניים", אין אטוואצק קארטשעוו יזכור־בוך, 1968, עמ' 180-173.
  2. אטוואצק, ביי "מרכז מורשת יהדות פולין"
  3. ישראל איידלמאן, "רבני אוטבוצק", אין אטוואצק קארטשעוו יזכור־בוך, 1968, עמ' 174-171.
  4. ישראל איידלמאן, "רביים, רבנים און חסידים", אין אטוואצק קארטשעוו יזכור־בוך, 1968, עמ' 170-149.