לדלג לתוכן

דוב בעריש לאנדא

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון בעריש ביאלער)
דוב בעריש לאנדא
קיין פריי בילד
געבורט 1820 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1876 (אלט 56 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט ביאלע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי דוב בעריש לאנדא (ה'תק"ף - כ"ה סיון ה'תרל"ו), באקאנט ווי רבי בעריש ביאלער, האט געפירט א רביסטעווע פון טויזנטער חסידים אין ביאלע. ער האט אנגעהויבן פירן נאך דער פטירה אין תרכ"ח פון זיין רבי'ן, רבי מענדעלע ווארקער, ווען רוב פון די חסידים זענען אריבערגעגאנגען צו רבי בעריש. זיינע תורות זענען געדרוקט אין דעם קונטרס "מגיד דבריו ליעקב".

פון אים שטאמען די סטריקאווער רביס.

רבי בעריש איז געבוירן אין יאר תק"ף‏[1] צו זיין פאטער רבי אברהם לאנדא, אב"ד פון טשעכענאוו. ער איז געווארן אן איידעם ביים נגיד ר' ארטשע פון גריצע-ביאלע.

ער איז געווען א חסיד פון די ווארקער רביס, רבי יצחק ווארקער און רבי מענדעלע ווארקער; ער איז געווען דער הויפט פון רבי מענדעלעס חסידים.


נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט געווארלט פירן רביסטעוועס, און די עדה האט מקבל געווען אלס ממלא מקום רבי יחיאל דאנציגער, וועלכער האט געגרינדעט די אלעקסאנדער דינאסטיע.

רבי בעריש האט געהייראט די טאכטער פון ר' ארטשע גריצע־ביאלער. זייערע קינדער:

  • עשר זכויות
  • שבת בשבתו, נומער 914, "רבי דוב בעריש מביאלא זצ"ל"
  1. יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור,עמ' 450, ירושלים תשנ"ה