שרגא פייוול דאנציגער
קבורה ארט | ווארקע |
---|---|
טויט |
19טן אקטאבער 1848 כ"ב תשרי תר"ט |
זיינע רביס | הרב אברהם משה פון פשיסכע |
פאטער | הרב צבי הירש |
צאצאים | הרב יחיאל דאנציגער, גרינדער פונעם אלעקסאנדער הויף |
רבי שרגא פֿייוול דאַנציגער (נפטר כ"ב תשרי ה'תר"ט, 19טן אקטאבער 1848) פון גריצא איז געווען א פוילישער אדמו"ר און רב, און פירער פון די ווארקער חסידים נאך דער פטירה פון רבי יצחק ווארקער. זיין זון איז געווען הרב יחיאל דאנציגער, גרינדער פון דער אלעקסאנדער דינאסטיע.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שרגא פייוול איז געווען א זון פון רבי צבי הירש פון ווארשע, א מחותן מיט רבי לוי יצחק בערדיטשעווער. ער איז געווען א תלמיד פונעם ״נתיבות״, הרב יעקב פון ליסא. אונטער דער השפּעה פון זיין שוואגער רבי מאיר חיים, א פּלימעניק פון רבי לוי יצחק בערדיטשעווער, איז ער צוגעצויגן געווארן צו חסידות, און איז געפארן צום רבי פון לובלין. נאך דער פטירה פונעם רבי פון לובלין איז ער געווארן א חסיד פון רבי שמחה בונים פון פרשיסחא. ער איז געווען איינער פון די פינף תלמידים וואס דער רבי ר' בונים האט געשיקט אויף דער גרויסער אוסטילער חתונה צו פארטרעטן די פשיסחער שיטה. ער איז געגאנגען אויף דער דאָזיקער חתונה אלס "חסיד".
נאך רבי בונים'ס פטירה, האט ער צוזאמען מיט רבי יעקב אריה פון ראדזימין און רבי יצחק פון ווארקא, אויפגענומען זיין זון רבי אברהם משה פון פשיסחא אלס רבי, און נאך זיין פטירה איז ער געשטאנען אין שפיץ פון די חסידים פון רבי איציקל ווארקער. נאך דער פטירה פון רבי יצחק אין יאר תר"ח, האט מען אים אויפגענומען אלס רבי, און שבועות זענען געקומען צו זיין הויף אין שטאט מאקאווע טויזנטער ווארקער חסידים. נאך א האלב יאר איז ער נפטר געווארן און די רביסטעווע איז אריבער צום זון פון רבי יצחק, רבי מנחם מענדל פון ווארקא.
רבי פייוול האט געדינט אלס רב אין עטלעכע קהילות אין פוילן, שעפס, גאָמבין, גריצע און מאַקאווע.
זיינע זין זענען געווען רבי לוי יצחק, איידעם פון רבי שמחה בונים פון פשיסכע, און רבי יחיאל דאנציגער, גרינדער פון דער אלעקסאנדער הויף, וואס האט געפירט נאך רבי בעריש ביאלער, דער ממלא מקום פון רבי מענדל פון ווארקא. זיין איידעם הרב ראובן יהודה (לייב) נויפֿעלד איז געווען רב פון דער קהילה אין נאָווידוואָר.
רבי שרגא פייוול דאנציגער פון גריצע | |||||||||||||||||||||||||||||||||||
רבי יחיאל דאנציגער אלטער רבי | |||||||||||||||||||||||||||||||||||
רבי ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער ישמח ישראל | רבי שמואל צבי דאנציגער תפארת שמואל | רבי בצלאל יאיר דאנציגער לאדזש | |||||||||||||||||||||||||||||||||
הרב יצחק מאיר זינגער אב"ד אלעקסאנדער | רבי יצחק מנחם מענדל דאנציגער עקדת יצחק | הרב יהודה משה דאנציגער אמונת משה | |||||||||||||||||||||||||||||||||
הרב יעקב שרגא זינגער אסטראווער רב | רבי אברהם מנחם דאנציגער אמרי מנחם | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
הרב יחיאל מנחם זינגער אלקסאנדער רבי אין אמעריקע | רבי ישראל צבי יאיר דאנציגער היינטיגער רבי | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
הרב יוסף יצחק מאיר זינגער היינטיגער אלקסאנדער רבי אין אמעריקע | |||||||||||||||||||||||||||||||||||