נאווידוואר

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
נאווידוואר
Nowy Dwór Mazowiecki
POL Nowy Dwór Mazowiecki flag.svg POL Nowy Dwór Mazowiecki COA.svg
NDM-1.png
מדינה / טעריטאריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאטע 1374
קאארדינאטן 52°26′N 20°41′E / 52.433°N 20.683°E / 52.433; 20.683קאארדינאטן: 52°26′N 20°41′E / 52.433°N 20.683°E / 52.433; 20.683
וואיעוואדעשאפט מאזאוויע
בירגערמייסטער יאצעק קאוואלסקי
שטח 28 קוואדראט ק"מ
באפעלקערונג (2008)

 ‑ אין שטאט

27,774‏
www.nowydwormaz.pl

נאווידוואר (פויליש: Nowy Dwór Mazowiecki) איז א שטאט אין דער מאזאוויער וואיעוואדעשאפט אין צענטראלן פוילן, נאנט צו ווארשע. אין 2009 האבן געוואוינט אין דער שטאט 27,700 באוואוינער.

די שטאט האט געהאט א יידישע קהילה פונעם סוף פונעם 17טן יארהונדערט. צווישן די רבנים פון דער קהילה איז געווען הרב חנוך העניך הכהן לעווין, וואס איז שפעטער געווארן א רבי אין אלעקסאנדער.

פאר דער צווייטער וועלט מלחמה האט די קהילה געציילט 3,500 יידן. אין ווינטער 1942 האט מען ליקווידירט די געטא אין דער שטאט און זיינע 6,000 באוואוינער, אריינגערעכנט אויך יידן פון אנדערע קהילות, זענען געווארן פארטריבן צו פארניכטונגס לאגערן.‏[1]


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: נאווידוואר

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]