אברהם מנחם דאנציגער
רבי אברהם מנחם דאנציגער | ||
---|---|---|
דער אמרי מנחם | ||
עיקר חיבור | "אמרי מנחם" | |
געבורט | ג' תמוז ה'תרצ"א לאדז', פוילן | |
פטירה | י"ז אדר ב' ה'תשס"ה בני ברק | |
קבורה ארט | בית החיים פאנאוויטש | |
חסידות | אלעקסאנדער | |
פירערשאפט | תשל"ג - תשס"ה | |
הויף ארט | אלעקסאנדער | |
נומער אין דינאסטיע | 6 | |
פאריגער | רבי יהודה משה דאנציגער, זיין פאטער | |
נאכפאלגער | רבי ישראל צבי יאיר דאנציגער, זיין זוהן | |
ספרים | "אמרי מנחם" | |
פאטער | רבי יהודה משה | |
מוטער | אסתר פעריל | |
ווייב | אסתר לאה | |
קינדער | זיבן |
רבי אברהם מנחם דאנציגער (ג' תמוז ה'תרצ"א - י"ז אדר ה' ה'תשס"ה) איז געווען דער פריערדיגער אלעקסאנדער רבי, און דער זעקסטער אין דער דינאסטיע, ער האט געדינט אלס רבי צווישן די יארן "תשל"ג - תשס"ה" (1973 - 2005), און איז געווען א מיטגליד אין מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.
לעבענסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן אין דער שטאט לאדזש צו זיין פאטער רבי יהודה משה דאנציגער, שפעטער דער פינפטער אלעקסאנדער רבי, דער איידעם פון רבי בצלאל יאיר דאנציגער פון אלעקסאנדער, דער דריטער ברודער פונעם בעל "ישמח ישראל" און דער בעל "תפארת שמואל".
אין יאר -1933 האט ער עולה געווען פון פוילן קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין פאטער און זיי האבן זיך באזעצט אין ירושלים. נאך דעם חורבן, אין וועלכע רוב אלעקסאנדער חסידים זענען אויסגע'הרג'עט געווארן אין פוילן, און בראשם דער בעל "עקידת יצחק", האבן די שארית הפליטה פון די חסידים, געקרוינט זיין פאטער רבי יהודה משה צו איבערנעמען די הנהגה, (ווערט גערופן אויפן נאמען פון זיין ספר 'אמונת משה' וואס איז געדרוקט געווארן נאך זיין פטירה).
ער האט געלערנט אין ישיבת בית יוסף נאווהארדאק אין ירושלים, ביי רבי בן ציון ברוק, און ביי רבי יוסף דינקעליס.
ווען עס איז געקומען די צייט האט ער חתונה געהאט מיט מרת אסתר לאה, טאכטער פון רבי חנניה יוסף היילפרין, גרינדער און רב פון בית הכנסת ליובאוויטש - חב"ד אין דער בית ישראל געגענט אין ירושלים, זעקסטער דור צו רבי שניאור זלמן מליאדי, דער בעל התניא, גרינדער פון חסידות חב"ד.
נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אין די אינגעלייט כולל נעבן דער טשעבינער ישיבה אונטער דער אנפירונג פון רבי דוב בעריש וויידנפעלד, דער טשעבינער רב.
אין חודש אדר תשל"ג, נאך דער פטירה פון זיין פאטער, איז ער געקרוינט געווארן אלס רבי. אין זיין צייט האט דאס אלעקסאנדער הויף זיך צעוואקסן און עס זענען געגרינדעט געווארן פרישע אלעקסאנדער שטיבלעך אין אמעריקע און אין אייראפע.
רבי אברהם מנחם איז געווען א איש קדוש און מפורסם אלס א אפענער בעל מופת און פועל ישועות ביי וועם מען האט געזען וואונדערליכע זאכן און מופתים.
אין יאר תשמ"ט האָט ער אויך אָנגעהויבן דינען אלס אַ מיטגליד פונעם מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל און איז געווען פאררעכנט ווי איינער פון די רעכטע מיטגלידער פונעם ראַט.
אין יאר תשמ"ד האבן עטליכע חסידים זיך אפגעטיילט צוליב א קריגעריי צווישן די מנהלי המוסדות, און נאך א שטיק צייט האבן זיי געקרוינט הרב יחיאל מנחם זינגער, אן אייניקל פונעם תפארת שמואל אלס אדמו"ר פון אלעקסאנדער-בארא פארק.
ער איז נפטר געווארן י"ז באדר תשס"ה און איז באגראבן געווארן אויפן פאנעוויטשער בית החיים אין בני ברק. זיין רעביצין, מרת אסתר לאה, איז נפטר געווארן אין שבת כ"ה כסלו תשס"ז (דעצעמבער 2006).
נאך זיין פטירה איז זיין עלטסטער זון, רבי ישראל צבי יאיר דאנציגער, געקרוינט געווארן אלס דער זיבעטער רבי אין דער אלעקסאנדער דינאסטיע.
זיינע דברי תורה זענען געדרוקט געווארען אין זיין ספר "אמרי מנחם".
קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זיין זון רבי ישראל צבי יאיר דאנציגער, דער היינטיגער אלעקסאנדער רבי.
- זיין טאכטער חיה סלבה ע"ה, געוועהן פארהייראט צו הרב מאיר האלפערט.
- זיין טאכטער מלכה, פארהייראט צו הרב דב זונענבאנד, ראש כולל מעייני הישועה און מחבר הספרים "נחל זרד".
- זיין טאכטער שרה איטה, פארהייראט צו רבי חיים שאול טאוב, דער מודזיצ'ער רבי.
- זיין טאכטער ציפורה פארהייראט צו רבי יעקב פרענקל, בוטשאנער רבי.
- זיין זון הרב שניאור זלמן, וואוינט אין קליוולאנד אין אמעריקע.
- זיין זון הרב יחיאל, וואוינט אין בני ברק.