ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער

פֿון װיקיפּעדיע
רבי ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער
דער ישמח ישראל
עיקר חיבור "ישמח ישראל"
געבורט ה'תרי"ד
פילץ, פוילן
פטירה כ"ט טבת ה'תר"ע
אלעקסאנדער אלעקסאנדער
קבורה ארט אלעקסאנדער
חסידות אלעקסאנדער
פירערשאפט תרנ"ד - כ"ט טבת תר"ע
הויף ארט אלעקסאנדער
נומער אין דינאסטיע 2
פאריגער רבי יחיאל דאנציגער, זיין פאטער
נאכפאלגער רבי שמואל צבי דאנציגער, זיין ברודער
ספרים "ישמח ישראל"
פאטער ר' שמואל צבי
מוטער רויזא מינדל
קינדער קיין

רבי ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער (שבט ה'תרי"ד - כ"ט בטבת ה'תר"ע) איז געווען דער צווייטער אלעקסאנדער רבי, און מחבר פון די ספר ישמח ישראל וועלכע איז ברייט אנגענומען ביי כמעט אלע יידישע קרייזן, ער האט געדינט אלס רבי צווישן די יארן תרפ"ד - תר"ע (ה'תרנ"ד - ה'תרצ"ט). ער איז פאררעכענט געווארן אלס די גרעסטער חסידישע רבי אין פוילן, און אונטער זיין פירערשאפט איז אלעקסאנדער געווארן דאס צענטראלע חסידות אין קאנגרעס פוילן.

לעבענסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן אין דער שטעטל מאקאווע אין פוילן צו זיין פאטער רבי יחיאל דאנציגער, דער אלטער רבי פון אלעקסאנדער, וועלכער האט ערפילט דאס ארט פון רבי דוב בעריש פון ביאלע וואס האט ערפילט די ארט פון רבי מנחם מענדל פון ווארקא און רבי יצחק פון ווארקא.

שוין פון זיין אינגע קינדער יארן האט ער זיך שוין אויסגעצייכנט אין זיינע כשרונות און חכמה, ווען ער איז אלט געווען פינף יאר, איז ער געפארן מיט זיין פאטער קיין ווארקא, ווען דער אינגער ווארקער רבי האט אים געזען גיין אין הויף פון בית מדרש מיט זיין סידור אין האנט, האט ער איהם געפרעגט, 'ווער האט דיר אויסגעלערנט די סדר פון דאווענען, דיין פאטער אדער דיין מלמד?', האט דער אינגל געענטפערט, 'נישט מיין פאטער און נישט דער מלמד, נאר דער סידור…'

אין עלטער פון פופצן יאר איז ער גענומען געווארן אלס חתן, מיט דער טאכטער פון ר’ דוב בער גארמאַן א פאָריסאווער חסיד פון שטאט פולטאסק. זײן רעביצין מרת דבורה איז געווען באקאנט ווי אַ צניעותדיקע און גאר חשובע פרוי. זי האט זיך זײער אפגעגעבן מיט טוהן צדקה וחסד, הכנסת כלה. פאר דער שידוך איז איר טאטע געגאנגען צו רבי יעקב אריה פון ראדזימין זיך שואל עצה זיין, צו ער זאל חתונה מאכן זיין טאכטער מיט'ן ישמח ישראל, ווייל זיין בארד האט נאך נישט אנגעהויבן וואקסן, און ער האט מורא געהאט אז ער וועט נישט געבענטשט ווערן מיט קינדער. האָט דער ראדזימינער רבי אים גענטפערט, "ער וועט האבן מער זין ווי עס זענען דא פאר טויזנטער אידן [- א רמז, אז ער וועט זיין א רבי און א מנהיג ישראל].

נאך וואס דער אינגער ווארקער רבי איז נפטר געווארן, אין כ"ז סיון שנת ה'תש"ח, האט זיין פאטער רבי יחיאל מקבל מרות געוועהן פון רבי בעריש פון ביאלע, און איז געוועהן איינער פון זיינע גרעסטע תלמידים. אבער רבי ירחמיאל ישראל יצחק, איז אויך געפארן אסאך צו רבי יעקב אריה פון ראדזימין, איינער פון די עלטסטע תלמידים פונעם רבי ר' שמחה בונים פון פשיסחא, וועלכער האט געהאט א זעלטענער אריכות ימים, און איז באקאנט געוועהן אלס א דערהויבענער צדיק און א גרויסער בעל מופת. ער האט שטארק נושא חן געוועהן אין די אויגן פון רבי יעקב אריה, וועלכער האט איהם גאר שטארק מקרב געוועהן, מער װי אלע זײנע עלטערע חסידים, די פשיסכע און װארקא תלמידים. ער האָט אים אפילו געשאנקען זײן שטעקן אלס מתנה, און דער ישמח ישראל האט אלעמאהל געהיטן דעם שטעקן, און האט עס אלעמאהל מיטגענומען ווי ער איז נאר געגאנגען און געפארן.

מוצאי שבת י"ד שבט ה'תרנ"ד, איז נפטר געווארן זיין פאטער רבי יחיאל, דער אלטער רבי פון אלכסנדר. און די חסידים האבן זיך אלע צוזאמגענומען און געקרוינט זיין עלטסטער זון, רבי ירחמיאל ישראל יצחק, אלס רבי, און אלס רב אין שטאט אלכסנדר. אבער ער האט זיך קאטאגאריש אפגעזאגט, זאגנדיג אז עס איז אים קיינמאל ניטאמאל איינגעפאלן צו ערפילן זיין גרויסער פאטערס ארט. אבער ווען עס איז פארביי די שלושים פון זיין פאטער, און טויזנטער חסידים, צוזאמען מיט גרויסע רבנים און די זקני החסידים זענען געקומען צו פארן קיין אלעקסאנדער, צו דער גרויסער חתונה פון א זוהן פון זיין ברודער דער תפארת שמואל, האבן זיי אויסגענוצט די געלעגנהייט צו קרוינען דער ישמח ישראל אלס רבי קעגן זיין ווילן, און נאכן זען אז ער האט נישט קיין ברירה האט ער מסכים געווען אנצונעמען אויף זיך די הנהגה.

ער האט נישט איבערגעלאזט קײן קינדער, ער פלעגט פארן צו זיין רבי רבי יעקב אריה פון ראדזימין זיך מזכיר זיין פאר קינדער, ביז איין מאל האט רבי יעקב אריה געזאגט צו זיינע חסידים, וואס וויל דער זון פון דער גריצער רב (רבי יחיאל האט דאן אנגעפילט דעם ארט פון זיין פאטער, רבי שרגא פייוול פון גריצא), ער האט דאך די נשמה פונעם הייליגן אור החיים הקדוש (וואס האט נישט געהאט קיין קינדער) און וויאזוי בעט ער צו האבן קינדער.

רבי ירחמיאל ישראל יצחק איז נפטר געווארן אין יאר תר"ע. ער איז באגראבן געווארן אין דעם שטעטל אלעקסאנדער אין פוילן נעבן זיין פאטער רבי יחיאל.

נאך זיין פטירה איז זיין ברודער רבי שמואל צבי דאנציגער, דער "תפארת שמואל", געקרוינט געווארן אלס דער דריטער רבי אין דער אלעקסאנדער דינאסטיע, און ער האט געגרינדעט די נעץ פון די הונדערטער ישיבות "בית ישראל" אין פוילן אויפן נאמען פון זיין ברודער, דער ישמח ישראל, וואו טויזנטער תלמידים זענען געזעצן און געלערנט. א קליינע צאל חסידים האבן אנגענומען די הנהגה פון רבי אהרן צבי לאנדא, זון פון רבי דוב בעריש ביאלער, אבער ער איז נפטר געווארן פּלוצים בלויז מיט עטליכע חדשים שפעטער און עס האט אים איבערגענומען זיין ברודער רבי אלימלך מנחם מענדל לאנדא, וועלכער איז אריבער אין שטעטל סטריקאָוו און האט דארט געגרינדעט דעם סטריקאָווער הויף.

ישמח ישראל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיין ספר "ישמח ישראל" ווערט פאררעכנט ווי איינע פון די פאנדימענטאלע ספרי חסידות, און בפרט אין די אלעקסאנדער חסידות. פון איין זייט ווערט גערעדט מיט א טיפקייט אין די יסודות פון חסידות און איז באזירט אויף די עיקרים פון תורת הקבלה, און פון דער צווייטער זייט, איז עס געשריבן אין א לייכטע שפראך וואס איז אויך געאייגנט פאר די פשוטע המון עם אזוי ווי זיין ספעציעלע פארלאנג, און עס פארמאגט אויך אסאך מאמרי חיזוק און באזירט אויף מדרש חז"ל, און זיי זענען די מאמרים וואס איז געזאגט געווארן שבת־נאכט. א טייל פון זיי זענען געשריבן דורך דעם ישמח ישראל אליין, וועלכע זענען געווענליך געשריבן אין קורצן, און א טייל מאמרים געשריבן דורך רבי מנשה פריימאן, וועלכער איז שפעטער געווען איינער פון די מנהלים פון די "בית ישראל" ישיבות.

עס איז אבער אנדערש פון די אנדערע ספרים אין דער פרשיסחא דענאסטיע אז עס שטעלט זיך אויף די פּראַקטישע חסידות און נישט נאר אויף טעאָרעטישע חסידות, צוליב דעם האָבן פילע פון ​​די מנהיגי החסידות אין די פריערדיגע דורות ווי אויך אין די לעצטע דורות באַפוילן זייערע חסידים צו לערנען דאָס ספר.

דאָס ספר "ישמח ישראל" איז געדרוקט געוואָרן בערך א יאר נאך זיין פטירה דורך זיין ברודער, דעם בעל "תפרת שמואל", ווען צום צוועק פון דרוקן דאס ספר, האט דער חסיד אליעזר גוטשטאַדט געגרינדעט דער ערשטער אידישער דרוקעריי אין שטאט לאדזש.

צוגעטשעפעט צום ספר איז אין די שפעטערע יארן געדריקט געווארן דעם ספר 'מאורן של ישראל' און דאס זענען מאמרים וואס זענען נישט געדרוקט געווארן אינעם ספר, וואס זענען צוזאמגעשטעלט פון ספרים און אנדערע מקורות, צוזאמגעשטעלט אויף דעם פארלאנג פונעם אמונת משה, דער פינפטער רבי אין די אלעקסאנדער דינאסטיע.