נאווהארדאקער ישיבה

פֿון װיקיפּעדיע
די ישיבה אין נאווהארדאק 1920

די נאווהארדאקער ישיבה איז געווען די הויפט ישיבה פון דער תנועת המוסר. זי איז געגרינדעט געווארן אין נאווהארדאק אינעם יאר תרנ"ו דורך רבי יוסף יויזל הורוויץ, דער "אלטער פון נאווהארדאק".

ווען די באלשעוויקן האבן איבערגענומען די הערשאפט אין רוסלאנד האט דער אלטער געהייסן די בחורים אנטלויפן קיין פוילן. דארט האט מען אויפגעשטעלט א נעצווערק פון מוסר ישיבות מיטן נאמען "בית יוסף".

אין די תש"י יארן האבן צוויי נאווהארדאקער תלמידים, רבי אלחנן פערלמוטער און דער מגיד רבי יעקב גאלינסקי, אויפגעשטעלט א נאווהארדאקער ישיבה אין חדרה, ישראל. די ישיבה האט געהאלטן ביז די תש"ל יארן.

תלמידים פון דער נאווהארדאקער ישיבה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • הרב אברהם יפהן
  • הרב אברהם צוקערמאן - ראש ישיבת בני עקיבא אין כפר הרא"ה וראש מרכז ישיבות בני עקיבא, האט געלערנט אין דער "בית יוסף" ישיבה אין פינסק
  • הרב גרשון ליבמאן - מייסד מוסדות "אור יוסף" אין פראנקרייך
  • הרב יחזקאל אבראמסקי
  • הרב דוד בלייאכער
  • שמואל בן ארצי - מחנך, שרייבער און דיכטער. האט געשריבן זיינע זכרונות פון דער ישיבה אין דעם בוך "נאווהארדאק"
  • הרב יעקב גאלינסקי - האט געלערנט אין דער נאווהארדאקער ישיבה אין ביאליסטאק
  • הרב שמואל וויינטרויב - ראש ישיבה פון "בית יוסף" אין פינסק
  • הרב חיים אפרים זייטשיק
  • הרב בנימין יהושע זילבער - מחבר שו"ת אז נדברו און נאך ספרים
  • משה זילבערג, ריכטער אין דעם העכסטן געריכט, האט געלערנט אין דער ישיבה אין ביאליסטאק
  • הרב יעקב ישראל קאניעווסקי (דער סטייפלער) - האט געלערנט אין דער "בית יוסף" ישיבה אין ביאליסטאק (און געזאגט שיעור אין דער ישיבה אין פינסק)
  • הרב הלל וויטקינד - ראש ישיבת "בית יוסף" אין תל אביב

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]