בנימין יהושע זילבער
געבורט |
1916 ה'תרע"ו |
---|---|
טויט |
25 סעפטעמבער 2008 (אלט 92 בערך) כ"ה אלול ה'תשס"ח |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים |
הרב בנימין יהושע זילבער (תרע"ו - כ"ה אלול תשס"ח, 25סטן סעפטעמבער 2008) איז געווען א חרדישער פוסק הלכה און מיטגליד אין דעם מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן געווארן אין פוילן צו ברוך און שרה זילבער. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט א קורצע צייט אין ישיבה אין ווארשע, פון דארטן איז ער געפארן לערנען אין בישיבה אין דער שטאט בריסק. נאך צוויי יאר איז ער אריבער צו דער נאווהארדאקער ישיבה אין מעזריטש וואו ער איז געווארן מקורב צום ראש הישיבה הרב דוד בליאכער. אין זיינע יוגנט האט מען אים גערופן "בנימין הצדיק".
אין יאר תרצ״ג איז ער ארויף קיין ארץ ישראל. א קורצע צייט האט ער געלערנט אין דער בית יוסף ישיבה אין בני ברק. אין יענער תקופה איז ער געווארן נאנט צום חזון איש. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אינעם בית מדרש אוהל תורה אין ירושלים. אין יאר תש"י האט ער ארויסגעברענגט זיין ספר "מקור הלכה" אויף מסכת שבת, און ער האט באקומען א הסכמה דערויף פונעם חזון איש.
אין תשמ"ט איז ער געווען פון די איינציגע ליטווישע רבנים וואס האבן זיך נישט איינגעשלאסן אין דגל התורה. נאך דעם איז ער געווארן א מיטגליד אין דעם מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל וואו ער איז געווען דער איינציגער מיטגליד פון דער ליטוויש־ישיבישער וועלט. ביי די זיצונגען פון דער מועצת האט ער אויסגעדריקט אנטשלאסענע רעכטע דעות און איז געווען א שותף צו דער דערקלערונג קעגן די אסלא אפמאכן. אין זיינע לעצטע יארן איז ער אריבער וואוינען אין ביתר עילית.
זיין זון הרב יחיאל אברהם זילבער איז דער מחבר פון דער סעריע הלכה ספרים "בירור הלכה". זיין זון הרב ברוך איז דער משפיע פון דעם ברעסלאווער שטיבל אין סטאמפארד היל, לאנדאן.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אז נדברו – שו"ת (14 חלקים)
- ברית עולם – הלכות שבת ושביעית (6 חלקים)
- בית ברוך - אויף ספר חיי אדם (3 חלקים)
- פירושים אויף די ספרים פון רבנו יונה גירונדי: שערי תשובה, שערי העבודה, אגרת התשובה, ספר היראה
- מקור הלכה - אויף מסכת שבת, תש"י
- שביתת הארץ
- משנת בנימין
- תורת ההסתכלות
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צדיק באמונתו, יואל יעקובי, אתר הישיבה