לדלג לתוכן

חרדים

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון חרדישער)
לערנן תורה ישיבת חברון גבעת מרדכי פון ירושלים

חרדים אדער חרדישע יידן איז א שטרעמונג אינערהאלב דעם ארטקדאקסישן יידנטום וואס ענטהאלט סיי ליטווישע און סיי חסידים. רוב פון זיי גייען מיט שווארצע היט און רעקל. זיי גייען נישט אין קאלעזש, און זענען נאר אקטיוו רוב בדרך כלל אין ביזנעס וואס איז נישט קיין פראפעשנאל און מען דארף נישט האבן קיין גוי'שען חינוך. פארשטייט זיך אז עס דא אויסנאמען.

חרדים זיינען רעליגיעזע אידן וואס האבן די פאלגנדע כאראקטעריסטן:

  1. פירן זיך שטריינג לויט דער הלכה.
  2. שטעלן תורה אלס א הויפט ראלע אין זייער לעבן.
  3. הערן צו דעם פסק פון די רבנים.
  4. אפט גייען זיי אנגעטאן מיט א ווייסע בלוסקע א שווארצע רעקל מיט א היט.

אלע פרומע תורה ארטאדאקסישע אידן וואס גייען אנגעטאן מיט א קאפל ווערן גערופן פרומע אידן, אדער ארטאדאקסישע אידן. אין קאנטראסט צו די פרומע אידן וואס גייען נישט היט בארד און פיאות.

די הויפט צענטערס פון חרדישע יידן זענען אין ישראל (ספעציעל אין בני ברק, ירושלים, אשדוד, בית שמש און חיפה), אין די פאראייניגטע שטאטן (בפרט אין ניו יארק און ניו דזשערסי), בעלגיע, בריטאניע און פראנקרייך.

היראכיע

א חרדי איז אויך מער אונטערגעווארפן זיין לעבנסשטייגער צו די באפעלן פון די רבנים, כאטשיג די אנדערע פרומע פאלגן אויך זייערע רבנים זענען אבער די חרדים שטרענגער אונטערגעוואפן צוליב וואס די תורה אויטאריטעט איז א זאך וואס דער פשוטער המון קען ביי זיי נישט אריינרעדן, און אויך ווייל זיי שטאמן פון די סארט פלעצער וואס די נישט תורה איז געווען אראפגעקוקט ווי ביי די ליטוואקעס און ביי די חסידים וואס זענען געווען די פארגלייבטע אין זייערע רעביס ווי קנעכט צו א הער.

אויסזען

זיי קוקן אויס אנדערשט ווי די גוים און און פרייע אידן האסן זיי ווייל זיי ווילן זיך נישט אויסמישן מיטן לאנד'ס קולטור און ציוויליזאציע. נישט נאר ווי די מאדערן ארטאדאקסן וואס שטעלן זיך צו, און גייען יא אין טעאטער'ס און באל שפילן, זענען די חרדים אויסגעשלאסן און אפגעזונדערט מיטן לבוש, נאמען און פירונג.

שטרעמונגען