ארטאדאקסישע יידנטום

פֿון װיקיפּעדיע
דער חתם סופר

דאס אָרטאָדאָקסישע־ייִדנטום - ביים יידישן פאלק איז דאס די מעהר פרומע חלק פון כלל ישראל - איז א שטרעמונג וואס נעמט אריין אין זיך חסידים, ליטאים, און די מזרחי וואס גלויבן אין ציוניזם.

ארטאדאקסיש יידנטום זענען יידן וואס פירן זיך מיט דער אלטער מסורה פון יידישקייט, אנגעהויבן פון מאדערן־ארטאדאקסישע יידן ביז חרדישע יידן היטן גאר די תורה שבכתב און תורה שבעל פה. די מאדערן ארטאדאקסישע לעבן אן ערליך לעבן אבער זענען נישט דערווייטערט פון דער ברייטרע וועלט. די חרדים אבער טוען זיך דערווייטערן פון גוים / קאלידזש / פראפעשענס.

אפילו פרייע און טראדיציאנעלע יידן וועלן זיך ענדערש אנקערן צו ארטאדאקסיע ווי אלע זייערע אידישע פירונגען ווי יום כיפור דאווענען אדער בר מצווה'ס, לוויות, חתונות ווערן געטועהן אויף א ארטאדאקסישען וועג.

אין ארץ ישראל און אייראפע זענען רוב רעליגיעזע יידן - ארטאדאקסן. אין אמעריקא זענען רוב רעליגיעזע יידן - קאנסערוואטיווער אדער רעפארמער.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ארטאדאקסיע איז נישט נאָך אַלעמען די ארגינאלע טראדיציע נאך פון די צייטן פון די גמרא אדער פריער, זיי האבן דורך די יארן באפעסטיגט אין געטוישט אסאך, צוליב די מאדערניזאציע וואס האט געשוועבט דורך אויס די יארן,

אין די צייטן פונעם חתם סופר ווען די ווינטן פון השכלה און מאדערניזאציע האט געבושעוועט לענגאויס אייראפע איז ארטאדאקסיע אנגענומען געווארן װי אן אפיציעלע שטרעמונג אפטיילנדיג גענצליך פון די אנדערע שטרעמונגען (לויט געוויסע איז דעמאלטס געשאפען געווארן ארטאדאקסיע) און די באקאנטע סלאגאן איז געווארען אדאפטירט "חדש אסור מן התורה", און אזוי זענען אלע מנהגים, ענינים, געווארן הייליג אויף זיך מוסר נפש זיין אויף דעם פונקט ווי מצוות עשה'ס דאורייתא'ס,

היינט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מעהר פרומע טענה'ן אז נאר זיי קענען ווערן אנגערופן ארטאדאקסן ווייל זיי ריקן זיך נישט אוועק א קוצו של יוד פון יידישקייט.

די אנדערע טענה'ן מיר זענען נאך נישט אויסגעשלאסען פון אידישן לעבן צו ווערן אנגערופן רעפארמער.

די אייניגקייט איז אז אלע "ווען" זיי פראקטיצירען טראדיציע טועהן זיי דאס מיט א הלכה'דיגען פערספעקטיוו.


די ארטאדאקסישע געמיינדע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ארטאדאקסישע יידנטום