ישעיה נפתלי הירץ שפירא
געבורט |
1838 דינאוו, פוילן | |
---|---|---|
טויט | 18 מאי 1885 (אלט 47 בערך) | |
פאך | רב | |
רבי ישעיה נפתלי הירץ שפירא זצ"ל (ה'תקצ"ח - ד' סיון ה'תרמ"ה), רב אין דינאוו.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישעיה נפתלי איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ח (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת רחל מינא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין פאטערס פטירה אין יאר ה'תרל"ד איז רבי ישעיה נפתלי געווארן רב און רבי אין דינאוו אויף זיין פאטער'ס ארט. ער איז געווען זייער אן אנגעשוואכטער מענטש, דאך האט ער זיך מיטגעטיילט מיט יעדן איינעמס פראבלעמען. רבי ישעיה נפתלי פלעגט דאווענען מיט שטארקע געשרייען און מיט א פלאם פייער. ווען רבי ישעיה נפתלי איז געווען ביים צאנזער רב האט דער צאנזער רב געזאגט פאר זיינע קינדער זיי זאלן קוקן אויף רבי ישעיה נפתלי, מ'קען פון אים שעפן יראת שמים.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישעיה נפתלי איז נפטר געווארן יונגערהייט ד' סיון ה'תרמ"ה. ביי חסידים האט מען געזאגט אז זיינע קישקעס זענען פארברענט געווארן פון זיין גרויסן ברען. זיין ברודער דער בלאזשאווער רב האט געזאגט ווען רבי ישעיה נפתלי וואלט געהאט קעגנערס אזוי ווי ביי אים וואלט ער לענגער געלעבט.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישעיה נפתלי האט געהייראט מרת אדל רבקה, א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) הרב אלעזר שפירא פון לאנצהוט, זייערע קינדער:
- מרת חנה מינדל ( - כ"ו סיון ה'תרצ"ד), די ווייב פון הרב יוסף שפירא (ה'תר"ך (אומגעפער) - י"ז אדר א' ה'תרצ"ב), ממלא מקום פון שווער, רב אין דינאוו, א זון פון איר פעטער (איר מוטער'ס ברודער) הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין בערטש.
- מרת נחמה טילא, די ווייב פון הרב נחמיה שפירא (ה'תרל"ד - ה'תש"ב), א זון פון הרב משה יהודה ליב שפירא, רב אין סטריזשעוו, א זון פון איר פעטער (איר מוטער'ס ברודער) הרב שלמה שפירא רב אין מונקאטש, דער שם שלמה.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר