נחמיה שפירא
רבי נחמיה שפירא זצ"ל (ה'תרל"ד - ה'תש"ב), רב אין סאסאוו און סטריזשעוו
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי נחמיה איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ד צו זיין פאטער הרב משה יהודה ליב שפירא רב אין סטריזשעוו, א זון פון הרב שלמה שפירא רב אין מונקאטש, דער שם שלמה, א זון פון הרב אלעזר שפירא רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא רב אין דינאוו, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת חנה א טאכטער פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים,
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי נחמיה איז געווען רב אין סאסוב, ביי דער ערשטע וועלט קריג איז ער אנטלאפן קיין וויען נאך זיין פאטער'ס פטירה איז ער געקומען קיין סטריזשעוו.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי נחמיה איז אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ב הי"ד.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי נחמיה האט געהייראט מרת נחמה טילא א טאכטער פון הרב ישעיה נפתלי הירץ שפירא, רב אין דינאוו. זייערע קינדער:
- הרב שלמה שפירא הי"ד.
- מרת פרומא הי"ד, די ווייב פון הרב חיים מאיר סאפרין הי"ד.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר