מנחם מענדל האלבערשטאם (סטראפקאוו)
קבורה ארט | הר המנוחות | |
---|---|---|
טויט | 9 מאי 1954 | |
רבי מנחם מענדל האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרל"ג - ו' אייר ה'תשי"ד), דער סטראפקאווער רב.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מענדל איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ג, צו זיין פאטער הרב אברהם שלום האלבערשטאם, רב אין סטראפקאוו, א זון פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. אין צו זיין מוטער מרת חיה יהודית א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ (דער צווייטער) פון לינסק,אן אור-אייניקל פון ראפשיצער רב.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מענדל האט געהאט היתר הוראה פון הרב שמואל ענגיל רב אין ראדאמישל. נאך ביים פאטער'ס לעבן איז ער שוין געווען ראש הישיבה און רב אין סטראפקאוו, נאך זיין פאטער'ס פטירה איז רבי מענדל געווארן רבי.
ביי די צווייטע וועלט קריג איז רבי מענדל אנטלאפן קיין באדאפעסט און פון דארט קיין פרעשבורג, פון פרעשבורג האט מען אים אריבער געשמאגעלט קיין שווייץ.
חנוכה ה'תש"ז איז רבי מענדל אנגעקומן קיין ברוקלין און הרב ישראל זופניק האט אים געעפענט א בית המדרש דברי יחזקאל.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווען רבי מענדל איז קראנק געווארן איז דער סקווערער רבי און דער סאטמערער רבי געווען ביי זיין בעט, זיי האבען געהייסן מ'זאל אים אריין פירן אין שפיטאל, ווי ער איז נפטר געווארן מוצאי שבת ו' אייר ה'תשי"ד, אין ברוקלין. אויף דעם פארלאנג פון דעם סאטמערער רבי האט מען אים ארויפגעפירט קיין ארץ ישראל, ער ליגט אין דעם הר המנוחות אין ירושלים.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מענדל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת אסתר א טאכטער פון הרב יעקב קאפיל פרנס
בזיווג שני האט רבי מענדל געהייראט מרת בריינדיל א טאכטער פון הרב שלמה ברוך פראגער, רב אין פעטראוועסלא, אן אייניקל פון מהר"ם שיק. זיינע קינדער:
- הרב דוד האלבערשטאם הי"ד, רב אין דאברא, ער האט געהייראט א טאכטער פון יאסלא רב.
- הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם הי"ד, רב אין וורנאוו. ער האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון הרב נפתלי רובין, רב אין ווישניצא. זייער טאכטער:
- מרת חנה שיינדיל די פרוי פון הרב ישראל צבי רובין.
- הבחור חיים האלבערשטאם הי"ד.
- הבחור שמואל האלבערשטאם הי"ד.
- הבחור דוד האלבערשטאם הי"ד.
- הבתולה צפורה הי"ד.
- הרב חיים האלבערשטאם, ער האט גיהייראט מרת רבקה א טאכטער פון הרב אריה לייביש ראזענפעלד, רב אין מאשציסק.
- הרב אברהם נפתלי האלבערשטאם, דיין אין סאטמאר, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם, רב אין סאטמאר, א זון פון הרב שלום אליעזר האלבערשטאם, רב אין ראטצפערט. ער איז אומגעקומן צוזאמן מיט זיין פאמיליע אין אושוויץ אין יאר ה'תש"ד, הי"ד.
- החתן אריה לייביש האלבערשטאם הי"ד.
- הבחור יעקב קאפיל האלבערשטאם הי"ד.
- מרת רייצא, די פרוי פון הרב חיים אלעזר בינדיגער, רב אין שינאווא, א זון פון הרב אלימלך בינדיגער, רב אין שינאווא.
- מרת חנה רחל, די פרוי פון הרב משה אהרן האלבערשטאם, א זון פון הרב יחיאל נתן האלבערשטאם רב אין בארדיאוו.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דברי מנחם
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר