יצחק טוביה רובין

פֿון װיקיפּעדיע

רבי יצחק טוביה רובין זצ"ל (י"ג תמוז ה'תרי"ח - ט"ו תמוז ה'תרפ"ז) פון צאנז

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יצחק טוביה איז געבוירן אין דאמבראווא דינסטאג נאכט י"ג תמוז ה'תרי"ח, צו זיין פאטער פון הרב מאיר רובין, פון גלאגאוו, א זון פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו, (אן איידעם פון הרב מאיר ראטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים), א זון פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. און צו זיין מוטער מרת מירל גאלא א טאכטער פון הרב יוסף אונגאר

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יצחק טוביה איז נפטר געווארן ט"ו תמוז ה'תרפ"ז. ער ליגט אין אוהל פון זיין שווער - דער צאנזער רב.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זונטאג ח' כסלוה'תרכ"ג - ביי די פיר און א האלבן יאר - איז רבי יצחק טוביה געווארן פארלויבט מיט מרת נחמה א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב, די תנאים זענען געווען אין צאנז זונטאג ג' אדר ב' ה'תרכ"ז. די חתונה איז פארגעקומען זונטאג נאכט י"ז כסלו ה'תרל"ג.

(דער פשעווארסקער רבי, רבי יעקב לייזער האט דערציילט[1] אז ער האט געהערט פון רבי לייביש טאמאשאווער, א זון פון רבי יצחק טוביה, אז דער צאנזער רב האט באשטימט די זמן חתונה אין זעלבן טאג וואס רבי יצחק טוביה איז בר מצוה געווארן, ער זאל אנהייבן לייגן טלית אין תפילין צוזאמען, לויט דעם שטימט נישט די דאטום'ס). זייערע קינדער:

  • הרב משה אליקים בריעה רובין פון צאנז
  • מרת מרים די ווייב פון הרב יחיאל מיכל שפירא פון קרימא

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. י"ג אורות מערכת צאנז פרק ט