יהושע שפירא
געבורט |
8 יוני 1862 בלאזשאוו, פוילן | |
---|---|---|
טויט |
19 פעברואר 1932 (אלט 69) ריישע | |
רבי יהושע שפירא זצ"ל (י' סיון ה'תרכ"ב - י"ב אדר א' ה'תרצ"ב), רב אין ריבאטוטש.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יהושע'לי איז געבוירן י' סיון ה'תרכ"ב, צו זיין פאטער הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין בלאזשאוו, א זון פון הרב דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת שרה, א טאכטער הרב משה הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון זיין יוגנט האט מען שוין געזען אויף רבי יהושע'לי זיין הייליגן געפירעכטס, און זיין פלייסיקן לערנען, וואו ער פעלגט נישט פארברענגן קיין איבעריגע מינוט. רבי יהושע'לי האט נאך אריינגעכאפט צו לערנען יונגערהייט פון זיין זיידן דער ראזוואדאווער רב, אויך געפינט מען א תשובה פון זיין עלטער זיידן דער ייטב לב צו אים.
רבי יהושע'לי איז געווען רב אין ריבאטוטש און אין יאר ה'תרמ"ה האט מעו אים אויפגענומען אלס יונגער רב אין בלאזשאוו, נאך דעם ערשטן וועלט קריג האט רבי יהושע'לי זיך באזעצט אין ריישא, און מיט דעם איינשטימונג פון זיין פאטער האט ער אנגעהויבן פראוון דארט רעביסטעווע.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יהושע איז נפאר געווארן י"ב אדר א' ה'תרצ"ב.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יהושע האט געהייראט בזיווג ראשון מרת מרים, א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס שוועסטער) הרב מנחם מענדל מארילעס רב אין דובעצק און ראפשיץ, זייערע קינדער:
- מרת חנה, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב משה יוסף רוקח אן איינקל פון הרב יהושע רוקח רב דער מיטלער בעלזער רב. בזיווג שני די ווייב פון הרב יצחק האלבערשטאם (ה'תר"ם (אומגעפער) - כ"ט אלול ה'תש"ג), פון בארדיאוו
- מרת טויבא טילא, די ווייב פון הרב מנשה הורוויץ (ה'תר"ם (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), פון ראזוואדאוו, א זון פון הרב צבי הירש הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו.
- הרב מאיר שפירא (ה'תרמ"ד (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ) רב אין בלאזשאוו, ער האט געהייראט מרת באשא א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) הרב יוסף שפירא.
בזיווג שני האט רבי יהושע געהייראט מרת צפורה א טאכטער פון הרב יעקב דאכנער, פון דעלאטין, אן איינקל פון בעש"ט, דער זלאטשאווער מגיד און רבי פנחס קאריצער. זייערע קינדער:
- הרב אליעזר שפירא (ה'תרמ"ה - ה'תש"א), ממלא מקום פון פאטער, רב אין ריבאטוטש, ער האט געהייראט מרת רבקה א טאכטער פון הרב אפרים הורוויץ רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב צבי הירש הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו.
- הרב ישראל שפירא (ה'תר"ן - ב' חשוון ה'תש"ן), רב אין פראכניק נאכהער בלאזשאווער רבי אין אמעריקא, ער האט געהייראט מרת פערל א טאכטער פון הרב שלום דוד אונגאר, רב אין זשאבנא.
- מרת חיה, די ווייב פון הרב יהודה הורוויץ (י"ג תמוז ה'תרנ"ב - ט' חשוון ה'תשמ"ב), סטוטשינער רבי אין אמעריקא.
- מרת הינדא, די ווייב פון הרב צבי אלימלך הורוויץ (ה'תר"ס (אומגעפער) - ה'תש"ג (אומגעפער) ), רב אין דעמביץ.
- מרת יוטא, די ווייב פון הרב טוביה הורוויץ (ה'תרנ"ג - י' שבט ה'תש"ג), פון סאנוק.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- קרן ישועה - על התורה ומועדים
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- תולדות יהושע, אהרן סורסקי