טוביה הורוויץ (סאניק)
רבי טוביה הורוויץ זצ"ל (ה'תרנ"ג - י' שבט ה'תש"ג), רבי טוביה'לע.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי טוביה'לע איז געבוירן אין מיידאן אין יאר ה'תרנ"ג, צו זיין פאטער הרב בן-ציון הורוויץ, רב אין מיידאן, א זון פון הרב טוביה הורוויץ, רב אין מיידאן, א זון פון הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת גאלדא לאה די טאכטער פון הרב פנחס ראבינאוויץ פון קינצק, א זון פון הרב צמח ראבינאוויץ פון שידלאווצא, א אייניקל פון יוד הקדוש פון פשיסחא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי טוביה'לע איז אויף געצויגען געווארן ביי זיין עלטער-פעטער הרב ישראל האגער (אן איידעם פון זיין עלטער זיידן דער אמרי נועם). ביים ערשטן וועלט קריג זענען זיי צוזאמען אנטלאפן קיין בודאפעשט, ענדע קריג איז ער געפארן קיין וויען צו זיין פאטער.
אין יאר ה'תר"ף איז רבי טוביה'לע צוריק געקומעו קיין גאליציע, רבי טוביה'לע איז געווארן זייער טעטיג אין צוריק צוברענגען דעם יוגנט צו יידישקייט, (פון זיינע באקאנטע אויפטוהן איז וואס ער האט צוריק געברענגט דעם באוויסטען ד"ר נתן בירנבוים צו יידישקייט).
איבער זיין שווערען פינאנציעלען אומשטאנד האט רבי טוביה'לע אנגענומען דאס רבנות איו זלאטשאוו. נאך וואס הרב מאיר יהודה שפירא איז אוועק פון סאנוק, איז פאר געקומען א שווערער קאמף צווישן די פרומע יידן קעגן די ציוניסטן איבער דעם רבנות, די פרומע יידן האבן געזיגט און האבן אויפגענומען אין יאר ה'תרצ"ג רבי טוביה'לע רב אין סאנוק.
אגודת ישראל און בית יעקב
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]גלייך פון די ערשטע צוזאמענקומפט אין קאטאוויץ, איז רבי טוביה'לע געווען זייער אן אקטיווער מיטגליד פון אגודת ישראל, ער האט געהאט א גרויסען אַנטייל אין אריינברענגען דעם באוועגונג פון אגודת ישראל ביי די גאליציאנער רבי'ס. ביי די ערשטע כנסיה הגדולה איז רבי טוביה'לע אויסגעוועהלט געווארן אלס מעמבער פון וועד הפועל העולמי, און אלס וויצע-פרעזידענט פון אגודת ישראל.
רבי טוביה'לע האט ארום גערייזט די וועלט אין אויפטראג פון אגודת ישראל צו יעדער שווערער אויפגאבע, ספעציעל ווען ס'האט געפאדערט פארטרויען און דיסקרעט. ווען הרב חיים עוזר גראדזענסקי איז אויסגעוועלט געווארן אלס פרעזידענט פון מועצת גדולי התורה האט ער געשטעלט א באדינגונג אז רבי טוביה'לע זאל זיין, זיין פערזענליכער סעקרעטאר.
רבי טוביה'לע האט גענומען אן אנטייל אין דעם גרינדונג פון די בית יעקב סעמינאר, אין יאר ה'תרפ"ד איז ער ארויס געפארן קיין וועסט-אירופע צו שאפן געלט פאר בית יעקב, ער האט דאן פארברענגט אין ענגלאנד און אומגעפעהר צוויי יאר אין אמעריקא, אין יאר ה'תרפ"ז איז ער נאך אמאל ארומגעפארן דאמאלס האט ער אויך באזוכט און פראנקרייך, זיינע רייזעס זענען געווען מיט גרויס ערפאלג, און צוברענגען צום ענדיגען דעם בוי פון דעם סעמינאר.
רבי טוביה'לע איז געווען פאררעכענט אין וועסט-אייראפע אלס אמבאסאדער פון דער יידישער באפעלקערונג פון אסט-אייראפע.
רבי טוביה'לע איז געווען א טאלענטפולער שרייבער, זיינע ארטיקלען זענען צוריק צופונדען אין אלע יידישע אוסגאבן צ.ב.ש. דער יוד, דאס יידישע טאגבלאט, יוגנטבלעטער, א.ז.ו.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי טוביה'לע איז אומגעקומען צוזאמען מיט זיין פרוי אין בעלזשיץ י' שבט ה'תש"ג, הי"ד.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרע"ח האט רבי טוביה'לע געהייראט א טאכטער פון הרב יהושע שפירא רב אין ריבאטיטש, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא רב אין בלאזשאוו.
זייערע קינדער:?
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר