יהושע רוקח

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
הרב יהושע רוקח פון בעלזא

רבי יהושע רוקח (ה'תקפ"ה - כ"ג שבט ה'תרנ"ד, 1823 - 1894) דער צווייטער אדמו"ר אין בעלזא, וואס איר קייט אפשטאם איז אין מזרח גאליציע (היינט אין אוקריינא).

ביאגרפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יהושע רוקח איז געווען דער יינגסטער קינד פון רבי שלום רוקח (דער שר שלום), דער גרינדער פון בעלזער קייט און פון דער רביצין מלכה רוקח.

ער האט געהייראט מיט דער רביצין רבקה מרים, א טאכטער פון הרב שמואל אשכנזי און דאס אוראייניקל פון רבי אברהם יהושע העשיל פון אפטא (דער "אוהב ישראל" מאפטא). איז געבוירן געווארן צו זיי פינף זין און דריי טעכטער:

ער האט גענומען אלס זיווג שני זיין ניכטע (א טאכטער פון זיין ווייב רבקה מרימ'ס שוועסטער), און געהאט מיט איר א טאכטער:[1]

אין ווינטער יאר ה'תרנ"ד (1894) ער איז אריבער א קאמפליצירטע אפעראציע אין וויען, עסטרייך, וואס צוליב דעם ער איז נפטר געווארן, ווייל ער האט נישט געקענט זיך רעסטאוורירן. ער איז אריבערגעפירט געווארן אין א באן קיין בעלזא, דארטן איז אפגעריכט געווארן זיין לוויה, ווען טויזנטער פון די ארומיקע געגנטן זיינען אנגעקומען צו צעטיילן אים דעם לעצטן כבוד. ער איז באגראבן געווארן אין בית החיים אין דעם שטעטל בעלזא, לעבן דעם קבר פון רבי שלום זיין טאטע.

זיין קרוינונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מיט זיין טאטנס פטירה אום כ"ז אלול ה'תרט"ו (1855), כאטשיק ער איז געווען דער יינגסטער פון די זין, ער איז געקרוינט געווארן אלס רב פון בעלזא שטעטל, און אלס א רב און פירער פון טויזנטער בעלזער חסידים אין אייראפע און אין דער גאנצער וועלט.

ער האט באדינט אלס אדמו"ר נאענט צו פערציק יאר, ביז זיין פטירה.

זיין אידעאלאגיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז באקאנט געווארן פון זיין אידעאלאגישער אומדורכקומענדיקער קאמף אין די רעפארמען און אין דער יידישע בילדונג-באועגונג. צו דעם ציל, ער האט אויפגעשטעלט אין יאר ה'תרל"א (1871) די באוועגונג "מחזיקי הדת", די ערשטע פרומע פּאליטישע באוועגונג אין היסטאריע, און האט געגרינדעט די ערשטע פרומע צייטונג "קול מחזיקי הדת". די באוועגונג פאראייניקט די פרומע רייען אין גאליציע, און טיילן פון אונגארן און די ארומיקע געגענטן, און פארשטייערס פון זייער נאמען האבן זיך פארמעסט צו דעם פּארלאמענט, און זיי זיינען געקליבן געווארן צו דעם עסטרייכן פּארלאמענט.

כאטש זיין קעגנשטעל צו די יידישע רעפארמאציעס, ער ווערט גערעכענט צו אן אמתער אוהב ישראל, און ער האט מקרב געווען יעדן ייד ווי ער איז, מיט א טענה אז "ווי מיר הארעווען צו פארענטפערן א הארטער רמב"ם, אזוי איז א מצוה צו פארענטפערן א הארטער ייד".

זיין פערזענלכקייט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געווען זייער אן אקטיווער אין דער געזעלשאפט אינטערסן, און ער ווערט גערעכנט צו דעם איינעם פון די גרויסע חסידישע פירערס אין אייראפע אין זיין דור. אין זיינע טעג, בעלזא חסידות האט אויפגעשטיגן צו די איינע פון די גרויסע חסידיזמען.

ער ווערט גערעכענט צו א גרויסער תלמיד חכם, א שארפער און א שפּיציקער, כריזמאטישער און מיט אן אנפירערשאפט פעיקייט, און מענטשן באצויבערט געווארן פון זיין סארט ספעציעלע פּערזענטלעכקייט.

זיין נאמען איז באקאנט געווארן אלס א בעל מופת און ישועות, און טויזענטער האבן געשטראמט צו אים צו זיך בענטשן פון זיין מויל, און צו געהאלפן ווערן פון זיין אומנאטורלעכע קראפטן וואס ר' יהושע געבענטשט געווארן מיט זיי. מענטשן אויך האבן געגלויבט אז ער זעט מיט רוח הקודש, און ער ווייסט צוקונפטיקע זאכן, און זאכן וואס פארגעקומען געווארן אין דער ווייטנס פון אים, אי אין צייט אי אין פלאץ.

זיינע תורות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

טיילן פון זיינע תורות פארעפנטלעכט געווארן אין ספר מהר"י (ראשי תיבות: מורנו הרב רבי יהושע) אין "מישור" פארלאג, בני ברק. און אין ספר ביאורי החסידות אין אינסטיטוט "אור הגנוז" פראלאג, ירושלים.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. 1.0 1.1 1.2 1.3 לוי גראסמאן, שם ושארית עמ' י"ח, תל אביב, תש"ג
  2. לוי גראסמאן, שם ושארית עמ' ט"ו, תל אביב, תש"ג


פֿריערדיגער:
הרב שלום רוקח זצ"ל
בעלזער רב
תרט"ו - תרנ"ד
נאָכפֿאלגער:
הרב ישכר דוב רוקח זצ"ל