אהרן ראטה

רבי אהרן ראטה (ה'תרנ"ה (1894) - ו' ניסן ה'תש"ז (1947)), גערופן רבי אהרעלע, איז געווען א רבי וואס האט געגרינדעט די "שומר אמונים" חברה, וואס נאכדעם וואס ער איז אוועק האט זיך עס אנטוויקלט אין די חסידישע הויפן תולדות אהרן - שומר אמונים (געגרינדעט אויף זיין נאמען נאך זיין פטירה) און נאך וואס זיין איידעם (וואס האט איבערגענימען רוב ציבור) איז אוועק האט זיך געגרינדעט תולדות אברהם יצחק. פין א קליינע צאל חסידים. ביי די תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק חסידים איז ער גערופן "דער אלטער רבי".
אגב. אין צוואה דערמאנט ער קודם די איידעם אין דערנאך די זין...
ו' ניסן תש"ז אינמיטן מאלן דאס מעל צו באקן מצות איז ער נפטר געווארן, 52 יאר אלט, און מען האט אים באערדיקט אין הר הזיתים חלקת החסידים.
לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
משפחה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אהרן האט חתונה געהאט מיט מרת סימא. זיי האבן געהאט צוויי קינדער:
- רבי אברהם חיים, דער צווייטער רבי פון שומר אמונים
- מרת יענטע, דאס ווייב פון רבי אברהם יצחק קאהן, דער ערשטער רבי פון תולדות אהרן
ספרים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
- אוסף מכתבים
- דרך צדיקים
- טהרת הקודש
- מבקש אמונה
- מנחם ציון
- מצותיך שעשועי
- נועם הלבבות
- פרח מטה אהרן, תולדות, שמועסן און מנהגים
- קבלת עול מלכות שמים
- קונטרס הצוואה
- שומר אמונים
- שלחן הטהור
- תקנות והדרכות
פירונגען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
ער האט איינגעפירט אז אויסער וואס יעדער גייט מיט פוהלן ירושלימער לבוש, נעמליך: קאפטן, ווייסע קאפל און זאקן, גייען בחורים אויך מיט שטריימלעך - א זאך וואס איז נישט דא אין קיין אנדערע חסידות אין דער וועלט, ווי מען טוט הערשט אהן א שטריימל צו די חתונה.
לינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
אויף וויקישיבה http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.php?title=%D7%A8%D7%91%D7%99_%D7%90%D7%94%D7%A8%D7%9F_%D7%A8%D7%90%D7%98%D7%94