אברהם יצחק קאהן
געבורט |
4 יאנואר 1914 צפת, אטאמאנישע אימפעריע |
---|---|
טויט | 8 דעצעמבער 1996 (אלט 82) |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים |
מדינה | ישראל |
זיינע רביס | אהרן ראטה |
רבי אברהם יצחק קאָהן (ו' טבת ה'תרע"ד–כ"ז כסלו ה'תשנ"ז) איז געווען דער גרינדער פון תולדות אהרן חסידות.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אברהם יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרע"ו אין שטאט צפת צו זיין פאטער רבי אהרן דוד, און צו זיין מוטער מרת שיינדל ברכה. זיין מוטער איז געווען אן אייניקל פון רבי אברהם יצחק העלער (נאך וועמען ער האט געהייסן), א זון פון רבי שמואל העלער וועלכער איז געווען דער רב פון דער אשכנזישער קהילה אין צפת איבער פערציג יאר. אין זיינע קינדערישע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צוזאמען מיט זיינע עלטערן אין טראנסילוואניע. דארט האט ער געלערנט צוזאמען מיט רבי ישראל פריינד פון הוניאד וועלכער איז געווען א זון פון רבי אברהם יהושע פריינד, און אויכעט פלעגט ער לערנען א שטיקל צייט ביי רבי יהודה סג"ל ראזנער פון סעקלהיד. דערצו איז ער געווען א תלמיד פון סאטמארער רב און איז געווען א גרויסער קנאי און פרומער. ער האט זיך שטארק אונטערגעווארפן דעם סאטמארער רב'ס א ווארט נישט גענומען קוויטלעך אין דער שטאט פון זיין רבין.
אין יאר ה'תש"ז, נאך דער פטירה פון זיין שווער רבי אהרן ראטה, האט די גרויסע מערהייט פון די חסידים אים אנגענומען אלס דער ממשיך פון זיין שווער, און נאר א קליינע צאל האבן אויסגעוועלט אין זיין שוואגער רבי אברהם חיים ראטה איבערצונעמען דער פירערשאפט. אין זיינע טעג האט דער תולדות אהרן הויף זיך אנגעהויבן צו בליען און ער האט פארברייטערט דאס חסידות פון א קליינעם קיבוץ צו א גרויסן חסידות, געלאזט מאכן נאך א מנין. אין זיינע לעצטע יארן צוליב די ענגשאפט אין ירושלים און צוליב די הויכע פרייזן פון דירות אין ירושלים האט ער געלאזט זיינע חסידים גיין וואוינען אין בית שמש, וואו היינט צו טאגס וואוינען הונדערטער משפחות פון תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק.
ער איז נפטר געווארן כ"ז כסלו ה'תשנ"ז און באערדיגט געווארן אין הר הזיתים. נאך איידער ער איז אוועק, דער הויף האט זיך צוטיילט צו צוויי הויפן. די מערהייט חסידים האבן געשטיצט און באקרוינט רבי דעם צווייטן זון רבי דוד, און דער צווייטער טייל פון די חסידים זענען געבליבן פארגלייבט און געטריי צום עלטערן זון רבי שמואל יעקב קאהן, וועלכער האט געגרינדעט און אויפגעשטעלט אן אייגענעם הויף אונטערן נאמען " תולדות אברהם יצחק ״.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב אברהם יצחק קאהן האט געהייראט מרת יענטא, די טאכטער פון רבי אהרן ראטה. זיי האבן געהאט זעקס זין און דריי טעכטער:
- הרב שמואל יעקב קאהן - דער היינטיגער תולדות אברהם יצחק רבי.
- הרב דוד קאהן - דער היינטיגער תולדות אהרן רבי.
- הרב אהרן קאהן זצ"ל - רב פון דברי אמונה אין מאנסי, איידעם פון רבי שמואל חיים ראובן וואגשאהל, דער געוועזענער לאנצוטער רבי פון מאנסי. נפטר געווארן כ"ד סיון ה'תש"פ.
- הרב יוסף יואל קאהן - אדמו"ר פון חסידות מבקשי אמונה, אן איידעם פון הרב מנחם מאנדערער פון קאסאוו ירושלים.
- הרב ישראל חיים קאהן - אדמו"ר פונעם נחלת אהרן חסידות. ער האט געהייראט מרת שרה, טאכטער פון רבי אברהם צבי הלוי בעק, רב פון קהל "עדת ישראל" אין מעלבארן, אויסטראליע
- הרב משה קאהן - ראש ישיבה פון תולדות אהרן אין ירושלים. ער האט געהייראט מרת חוה, טאכטער פון רבי יחיאל לייפער פון טעמעשוואר ירושלים.
- מרת דינה, די ווייב פון רבי דוד צבי שלמה נפתלי בידערמאן, לעלאווער רבי פון בארא פארק.
- מרת רייזל, די ווייב פון רבי נפתלי צבי ראטטענבערג, א זון פון רבי משולם פייש פון קאסאן. זי האט אויפגעשטעלט ארגאניזאציע וואס העלפט אלמנות און יתומים וועלכע הייסט "זה לזה". איר מאן רבי נפתלי צבי דינט אלס רב פון דער תולדות אהרן קהילה אין בית שמש.
- מרת שפרה לאה, די ווייב פון רבי שלמה זלמן כ"ץ (נפטר י"ח סיון תשע"ח), רב פון דער תולדות אהרן קהילה אין וויליאמסבורג