דוד קאהן

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי דוד קאהן, תולדות אהרן רבי

רבי דוד קאהן איז דער היינטיגער תולדות אהרן רבי.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי דוד קאהן איז געבוירן געווארן ט׳ טבת תש״ז, דער צווייטער זון פון זיין פאטער רבי אברהם יצחק קאהן, דער פריערדיגער תולדות אהרן רבי, און צו זיין מוטער מרת יענטא, טאכטער פון רבי אהרן ראטה, דער ערשטע רבי פון די שומרי אמונים - תולדות אהרן דינאסטיע.

פאר א סאך יארן, נאך איידער זיין טאטנ׳ס חסידים האבן איהם באקרוינט אלס רבי און ממלא מקום, פלעגט ער וואוינען אין מאנסי , און געדינט דארט אלס רב פון די ארטיגע תולדות אהרן קהילה.

דארט האט ער זיך משלים געווען אין תורה און עבודה, די וואס געדענקען אים פון דארט קענען נישט ענדיגן צו רעדן פון זיין צדקות, פרישות, און עבודה וואס ער פלעגט דארט אפרעכטן. יעדן שבת ווארעמען זיך א געוואלדיגער עולם ביי די טישן אין תולדות אהרן, בחורים פון ישיבות אין ירושלים, און מאסן יונגעלייט, האבן געמאכט דארט זייער קביעות.

אויך ווען ער קומט קיין ניו יארק, שטייען טויזנטער אידן ביי זיינע טישן שעות שעות, ביז דריי אזייגער פארטאגס.

אסאך גרויסע עשירים אין ניו יארק פון פארשידענע קרייזן, האבען זיך אנגעקלעבט אין תולדות אהרן רבי.

ער לערנט אסאך קבלה.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט געהייראט א טאכטער פון רבי נפתלי צבי לאבין פון זידיטשויב.

זיינע קינדער זענען:

  • רבי ישראל יוסף, האט געהייראט מרת מרים גינעענדל, טאכטער פון הרב נתן נטע פערל, איינער פון די גבאים פונעם רבי'ן.
  • רבי אהרן, רב פון תולדות אהרן חסידים אין מאנסי. ער האט געהייראט מרת אסתר, טאכטער פון רבי אליעזר זאב זיידא ראזנבוים, קרעטשענעוו-סיגעטער רבי.
  • רבי משה, רב פון דער תולדות אהרן געמיינדע אין לאנדאן, גלייכצייטיג דינט ער אלס רב פון דער דינאווער שוהל אין ירושלים. ער האט געהייראט מרת לאה מרים, טאכטער פון רבי נפתלי מאשקאוויטש, מעליצער רבי פון אשדוד.
  • רבי מנחם נחום, רב פונעם תולדות אהרן בית מדרש אין בית שמש. ער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת שרה ליבא, טאכטער פון זיין פעטער רבי משה קאהן, דער תולדות אהרן ראש ישיבה.
  • רבי ישעיה, האט געהייראט מרת חיה, טאכטער פון רבי נחום אפרים טייטלבוים, דער וואלאווער רב. ער דינט אלס רב פון תולדות אהרן חסידים אין בארא פארק.
  • רבי יואל יחיאל, האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת מרים איידל באשא, טאכטער פון זיין פעטער רבי אלימלך לאווי, דער טאהשער רבי.
  • רבי שלמה לייב, איידעם פון רבי יהושע מנחם שטערן, רב פון רחמיסטריווקער חסידים אין בני ברק.
  • מרת מרים איידל באשא, ווייב פון הרב אברהם ראבינאוויטש, אן אייניקל פון רבי בנימין ראבינאוויטש, א דיין אין עדה החרדית.
  • ווייב פון רבי חיים מרדכי ראזנבוים, זון פון רבי ישראל ניסן ראזנבוים, קרעטשענעווער רבי פון קרית גת.
  • ווייב פון הרב אליהו גינזבורג, זון פון חוסטער רבי.
  • ווייב פון הרב ברוך כהנא, אייניקל פון רבי משה אליקים בריעה כהנא, ספינקער רבי פון בני ברק, און פון רבי יחיאל לייפער, טעמעשווארער רבי פון ירושלים
  • מרת אסתר מלכה ברכה, ווייב פון הרב נתן פרידמאן, אייניקל פון רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן, ראב"ד סאטמאר פון די זאליס.

וועבלינק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ווידעא קליפ זאגנדיג דברי תורה