ישראל ניסן ראזנבוים
געבורט |
23 אפריל 1949 רחובות, ישראל |
---|---|
טויט |
14 נאוועמבער 2019 (אלט 70) הדסה עין כרם שפיטאל, ישראל |
מדינה | ישראל |
קבורה ארט | רחובות |
פאך | רב |
רבי ישראל ניסן ראזנבוים | ||
---|---|---|
קרעטשענעווער-קרית גת'ער רבי | ||
געבורט | כ"ד ניסן ה'תש"ט רחובות | |
חסידות | קרעטשענעוו | |
הויף ארט | קרית גת | |
פאריגער | רבי דוד משה ראזנבוים | |
פאטער | דוד משה ראזנבוים | |
מוטער | אסתר רחל ראזנבוים | |
קינדער | נחמה גיטל רבקה לאווי דוד משה ראזנבוים מלכה שרה ראזנבוים יחזקאל שרגא ראזנבוים פייגא זייבאלד חיה אסתר רחל קאהן שפרה ברכה טווערסקי חיים מרדכי ראזנבוים חוה ביילא ווייס שלום אליעזר ראזנבוים |
רבי ישראל ניסן ראזנבוים (כ"ד ניסן ה'תש"ט–ט״ז מרחשון תש"ף) איז געווען דער קרעטשענעוו-קרית גת'ער רבי.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל ניסן איז געבוירן געווארן אין רחובות, צו זיין פאטער רבי דוד משה ראזנבוים, דער פריערדיגער קרעטשענעווער רבי, און צו זיין מוטער מרת אסתר רחל, טאכטער פון רבי חיים מרדכי ראזנבוים פון נאדווארנא. ער איז א צווילינג ברודער פונעם קרעטשענעווער רבי פון רחובות, רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים.
א שטיקל צייט נאך זיין חתונה מיט מרת יוטל מירל, טאכטער פון רבי יחזקאל שרגא מערץ אין יאר ה'תשכ"ט, איז זיין פאטער דער רבי פלוצלונג נפטר געווארן ווען ער האט פארוויילט אויף א רייזע אויף קברי צדיקים אין רומעניע.
שפעטער איז ער אריבערגעצויגן וואוינען אין קרית גת, דארט וואו איז ער באקרוינט געווארן רבי. ער האט אויפגעשטעלט א בית מדרש און א חסידישע קריה אונטערן נאמען "רמת דוד" אין געדענק פון זיין פאטער. זיינע מוסדות רעכענען אריין אין זיך אויסער דעם בית מדרש, תלמוד תורה, קינדערגארטן און א כולל פאר יונגעלייט. זיין געמיינדע באשטייט פון צענדליגע משפחות.
קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מרת נחמה גיטל רבקה, ווייב פון רבי יחזקאל שרגא לאווי, אייניקל פון הרה"ק רבי משולם פייש לאווי, דער פריערדיגער טאהשער רבי.
- רבי דוד משה ראזענבוים, האט געהייראט מרת בת שבע, טאכטער פון רבי עקיבא ראבינאוויטש, דער פאריסאווער רבי.
- מרת מלכה שרה, ווייב פון איר שוועסטער קינד רבי חיים מרדכי ראזנבוים ראש ישיבת קרעטשניף , זון פון איר פעטער רבי מנחם אליעזר זאב פון קרעטשענעוו .
- רבי יחזקאל שרגא, האט געהייראט מרת רבקה מרים, טאכטער פון רבי אריה ראזנפעלד, דער פינסק-קארלינער רבי.
- מרת פייגא, ווייב פון הרב שלמה צדוק זייבאלד, א זון פון רבי יהושע, גאב"ד אלדשטאט.
- מרת חיה אסתר רחל, ווייב פון רבי מרדכי קאהן, זון פון רבי משה קאהן, דער ראש ישיבה פון תולדות אהרן.
- מרת שפרה ברכה, ווייב פון רבי יוחנן טווערסקי, זון פון רבי מתתיהו, רב פון רחמיסטריווקא חסידים אין ביתר עילית.
- רבי חיים מרדכי, איידעם פון רבי דוד קאהן, דער תולדות אהרן רבי.
- מרת חוה ביילא, ווייב פון הרב צבי, זון פון רבי בערל ווייס, איידעם פון רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער פריערדיגער צאנז-קלויזנבורגער רבי.
- רבי שלום אליעזר, איידעם פון רבי דוד צבי שלמה האראנטשיק, דער פריערדיגער רבי פון ראדאשיץ, און איידעם פון רבי אברהם חיים ראטה, דער פריערדיגער שומרי אמונים רבי.